בהיכלו כולו אומר כבוד
בהיכלו כולו אומר כבוד איז א חזנות אלבאם געזונגען דורך דעם וואונדער-קינד עמית ליסטוואנד.
דאס איז דער ערשטער אלבאם - אין א סעריע פון דריי- בכלל וואס ער האט ארויסגעגעבן.
די אכט שטיקלעך וואס ער זינגט אויף דעם אלבאם זענען ווי פאלגענד: כבודו פון מלאווסקי, תכנת שבת פון יאסעלע, רצה ה', שיר המעלות פון יאסעלע, בעבוד דוד פון לייבעלע וואלדמאן, רצה במנוחתינו פון משה קאסעוויצקי, און אנת הוא שליט און עד הנה פון יאסעלע.
דער דיסטריבוטער איז גל סטאר.