באריס קאלקער (רוסיש: Колкер Борис Григорьевич) (געבוירן געווארן דעם 15טן יולי 1939), איז א לערער פֿון פֿרעמדע שפּראַכן און א איבערזעצער, עספּעראנטאלאג, מחבר פֿןו דרײַ לערנביכער פֿון עספּעראַנטא פֿאַר פֿאַרשידענע ניוואען.

באריס קאלקער
געבורט 15 יולי 1939 (אלט 85)
סאוועטן פארבאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה סאוועטן פארבאנד, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, מאלדאווע, רוסלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
וואוינארט קליוולאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
באָריס קאָלקער

ביאָגראפֿיע

רעדאַקטירן

קאָלקער איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט טיראספאל, מאָלדאָוויע, ראטן פארבאנד. זײַנע עלטערן שטאַמען פֿון אַ ייִדיש שטעטל באַלטע, אַדעסער געגנט, אוקראַיִנע, און די אורעלטערן - פֿונעם שטעטל קאָלקי אין צפֿון-מערבֿ- אוקראַיִנע.


קאָלקער האָט אָנגעהויבן זיך לערנען עספּעראַנטאָ אין 1957. דאָקטאָר פֿון שפּראַכוויסנשאַפֿט, פֿאַרטיידיקט די דיסערטאַציע אויף דער טעמע פֿון עספּעראַנטאָ. מחבר פֿון עספּעראַנטאָ-לערנביכער, אַרטיקלען און רעצענזיעס אין געביט פֿון אינטערלינגוויסטיק. אַ דאַנק גרויסער פּאָפּולערקײט פֿונעם בוך "אַ נסיעה אין עספּעראַנטאָ-לאַנד" (Vojaĝo en Esperanto-lando) איז ער געוואָרן באַרימט ווי ציצעראָן אין עספּעראַנטאָ-וועלט.

אין 1993 האָט זיך באַזעצט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. וווינט אין דער שטאָט קליוולאנד, שטאַט אָהײַאָ.

מיטגליד פֿון דער עספּעראַנטאָ-אַקאַדעמיע. ערן-מיטגליד פֿון עספּעראַנטאָ-וועלט-פֿאַראיין (UEA). מיטגליד פֿון דער אַקאַדעמיע פֿאַר עספּעראַנטאָ-ליטעראַטור (ALE). מיטרעדאַקטאָר פֿון אַ חודש-זשורנאַל "Monato". אין משך פֿון צוויי צענדליק יאָר פֿירט אָן מיט פֿילצאָליקע הינטער-אויגיקע קורסן אין רוסלאַנד, וועלכע האָבן פֿאַרענדיקט אַרום 900 מענטשן. געלייענט לעקציעס פֿון עספּעראַנטאָ אין די אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן פֿון סאַן-פֿראַנציסקאָ און האַרטפֿאָרד.

הײַנט צו טאָג פֿירט קאָלקער אָן מיט אינטערנאַציאָנאַלע הינטער-אויגיקע קורסן פֿון דער העכערער קוואַליפֿיקאַציע (IPKK).

אין פֿאַרשיידענע צײַטן געווען איינער פֿון די גרינדערס און אָנפֿירערס פֿון סאָוועטישער יוגנטלעכער עספּעראַנטאָ-באַוועגונג SEJM‏ (Sovetia Esperantista Junulara Movado), פֿאַרבאַנד פֿון סאָוועטישע עספּעראַנטיסטן ASE‏ (Asocio de Sovetiaj Esperantisto), עספּעראַנטאָ-פֿאַרבאַנד פֿון סאָוועטישע רעפּובליקן SEU‏ (Sovetrespublikara Esperanto Unio), רוסלענדישן פֿאַראיין פֿון עספּעראַנטיסטן REU‏ (Rusia Esperantista Unio), מיטגליד פֿון קאָמיטעט און הויפּט-באַפֿולמעכטיקטער פֿון עספּעראַנטאָ-וועלט-פֿאַראיין (UEA). אויסגעטראָטן מיט באַריכטן אויף אַ סך וועלט-קאָנגרעסן פֿון עספּעראַנטיסטן (אָנהייבנדיק פֿון 48סטן קאָנגרעס פֿון 1963 אין סאָפֿיע, בולגאַריע), טעמאַטיש קאָאָרדינירט דעם 85סטן קאָנגרעס אין תּל-אַבֿיבֿ.

דיסערטאַציע

רעדאַקטירן

לערנביכער

רעדאַקטירן