באַריום (Barium) איז אַ כעמישער עלעמענט פון דער משפּחה פון אַלקאַלי-ערד מעטאַלן מיט סימבאָל Ba און אטאם נומער 56.

באַריום

באריום איז א זילבערנער מעטאל וואס גאנץ גרינג ווערט שווארץ. אין דער לופט ווערט באריום צו ערשט שווארץ און דערנאך ווייס, ווען ער רעאגירט מיט זויערשטאף אין דער לופט און ווערט באריום אקסיד. ס'איז שווער צו פּראָדוצירן עס אין זייַן ריינע פאָרעם.