באגאזש
באַגאַזש באדייט רענצלעך, וואליזעס און טשעמאדאנעס וואס א מענטש ניצט צו האלטן זיינע ארטיקלען וואס ער נעמט מיט אויף א רייזע. היינטיקע צייטן נעמט מען מיט אין דער באגאזש קליידער און אנדערע באדערפענישן פאר דער רייזע. ווען מען קומט צוריק טוט מען אויך נעמען אנדענקען (סואווענירן) אין דער באגאזש.
ווען מען פארט אויף אן עראפלאן טוט מען מיטנעמען לייכטע באגאזש ווייל מ'לאזט נישט ברענגן קיין סך געוויכט. די גרויסע טשעמאדאנעס ווערן גענומען מיט דער פראכט, אבער איין אדער צוויי קליינע טעקעס אדער רענצלען קען מען ארויפנעמען אליין.
עס זענען פאראן אזעלכע זעק צו האלטן אן אנצוג אדער א פרוי'ס קלייד.
זעט אויך
רעדאַקטירןוועבלינקען
רעדאַקטירןוויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
באגאזש