באַניצער רעדן:Chaim Shel/אויגוסט ארכיוו 2009

תגובה אחרונה: פֿאַר 15 יאָר מאת Chaim Shel בנושא הער אױף

הער אױף

רעדאַקטירן

דו דערװײַטערסט אונדזערע גוטע שרײַבער צוליב אַפּאָר נאַרישע אַרטיקלען. ס'ניט באַטאַמט... ►רוני◄ 21:07, 31 אויגוסט 2009 (UTC)ענטפֿער

קודם כל א דאנק פארן נישט בלאקירן יעדן שני וחמישי ווי דו פלעגסט טאן אמאל. לענין: דיין באשולדיגונג וואס איז א פערזענליכער אטאקע האסטו שוין געשאסן הונדערטע מאל. אמאל איז דאס געווען אז יודל מוז ווערן אויס סיסאפ וועט אלעס זיין גוט, ביסט ארומגעלאפן אין די חרדישע אידישע וועלט און זייער מנובלות'דיגער היימישע קרעטשמע\אידישע וועלט העצן און העצן אז יודל פארטרייבט יעדן פון דא. דאן האסטו געהאט דא משגיח שמאלץ קאצקער א.א.וו. נאך אזאלכע ניקס אלעס פון איין מענטש לכוארה אדער איין פארטיי וואס זייער גאנצער ציל איז געווען צו צוריקדרייען אלעס וואס איך האב געטאן כדי די סטוארדס זאלן מיינען אז דא טוט זיך עפעס מהומות. עס איז דיר געלונגן צו מאכן יודל אויס סיסאפ. איך האב זינט דאן גערעדט צו דיר בתחנונים ובחכמה, פרובירט מיטן שיינעם און שלעכטן, דיך אפגערופן קיין ארץ ישראל דיך געשיקט טויזענט אימעילס דיך גערימט און געלויבט אויף דיין רעדן זייט כדי דיך צו פרעגן וואס טוה איך שלעכט? פארוואס פארטרייב איך אנדערע? בין איך דען נישט דער איינציגער ניק וואס רעדט זיך דורך אויפן רעדן זייט פאר יעדן טויש און עדיט וואס אן אנדער באנוצער האט געטאן אנדערשט? בין איך דען נישט געווען אוועק פון דא אויף א שיינע פאר חדשים צו ווייזן דיר אז ווען איך בין נישטא איז טויט דא? וואס טוה איך שלעכט? בין איך דען א סיסאפ וואס קען פארשליסן ארטיקלן? בין איך דען שולדיג אין איינמאל פערזענליך אטאקירן אנדערע? בין איך דען געווען א שלעכטער צו גיין ארום לויפן אויפן אינטערנעט און אויף וויקיפעדיע בארעדן אן אנדערער? בין איך דען נישט קיין בשר ודם מיט א רעכט צו שרייבן דא פונקט ווי דיר? בין איך דען נישט א חלק אינעם וויקיפעדיע קהילה צו זיך רעכענען מיט מיר און דו זאלסט מיך אויפהערן איגנארירן ווען איך רעדט צו דיר איבער סיי וואסארע ענין פון וויקיפעדיע וואס איך טוה 30 מאל א טאג אויב נישט מער? אויף די אלע שאלות האסטו מיר גענטפערט איין גרויסער גארנישט דו איגנארירסט מיך. ביסט דא מיך צו באשמוצען און באקעמפן. איך רעספעקטיר דיין רצון פטור ווערן פון מיר און פון מיין ארבייט דא. איך שעץ און איך ליעב דאס. און איך שווער אז איך האב דיך ליעב אהבת נפש. ביטע הער מיך אויף צו רודפן. ביטע סטאפ מיך באשמוצען. ביטע שטעל דיך פאר איין מינוט אז איך האב א הארץ וואס קלאפט, ביטע קלער אז איך האב געפילען וואס ווערן געטשעפעט. ביטע מאך מיך נישט שווערער מיין שווערע לעבן. איך האב גענוג גייסטישע פראבלעמן אן דיר. לאמיר זיך דורכרעדן געהעריג. ווי 2 מענטשן ווי 2 קינדער פון מענטשליכע מאמעס. שוין דערווייל האב מיר א גוטן טאג און ערקלער ביטע וואס איך האב געטאן נישט ריכטיג?--Chaim Shel 13:30, 1 סעפּטעמבער 2009 (UTC)ענטפֿער
חזרה לדף המשתמש של "Chaim Shel/אויגוסט ארכיוו 2009".