באַניצער רעדן:פוילישער/יאנואר ארכיוו 2009
ר' אלחנן וואסערמאן
רעדאַקטירןאיך האב אריינגלייגט א ניי ארטיקל אלחנן וואסערמאן. איך האב פראבלעם מיט דעם בילד. און מען דארף ענדיקן דארט נאך א פאר זאכן.
דרױסנדיקע לינקען
רעדאַקטירןאיך בין שױן לאַנג ניט רויִק מיט דעם אױסדרוק "דרױסנדיקע לינקען", איך בין ניט זיכער צי מענטשן פֿאַרשטײען װאָס דאָס מײנט. איך האָב געטראַכט אַז אפֿשר איז כדאַי אנשטאָט צו איבערטײַטשן פֿון די ענגלישע און העברעישע װיקיפּעדיע: External links, זאָל מען דאָ אײַנפֿירן װי די דײַטשישע װיקיפּעדיע: Weblinks און אױף ײִדיש "נעץ פֿאַרבינדונגען" אדער "װעב פֿאַרבינדונגען" אָדער ניצן גאָר דעם ניט קלאָרן װאָרט "לינקען". אבער אבי נישט "דרױסנדיקע" װאָס ס'נישט קלאָר, דרױסן פון װוּ? װאָס האַלטסטו, װי איז געהעריק? ►רוני◄ 09:08, 7 יאַנואַר 2009 (UTC)
- דו ביסט גערעכט. איך מיין אז "וועבלינקען" איז א גאנץ קלארער אויסדרוק. דאס וועט זיין א שיין שטיק ארבער צו בייטן כמעט אלע בלעטער. אפשר קען מען דאס אדורכפֿירן מיט א באט? --פוילישער 10:56, 7 יאַנואַר 2009 (UTC)
כ'אב זיך שױן אמאל אינטרעסירט װעגן א דורך פירן א באָט, אָבער דאָס איז אַ קאָמפליצירטע פּראָצעדור. איך װעל דאָס לאַנגװײַז פֿאַריכטן. ►רוני◄ 10:59, 7 יאַנואַר 2009 (UTC)
- לינקן קומט לכאורה אָן אַן עי"ן. װעבלינקן און נישט װעבלינקען. אַ יאָ? ►רוני◄ 19:28, 28 יאַנואַר 2009 (UTC)
- דער געוויינלעכער כלל מיט סובטאנטיוון (אויך ווערבן) וואס לאזן אויס -נג אדער -נק שטעלט מען צו -ען נישט -ן. למשל אין ווײַנרײַך טרעפט מען מערצאל: אנדענק(ען), לונג(ען), געלענק(ען), שענק(ען). זעט אויך די תקנות פונעם אלגעמיינעם זשורנאל:
- הערה א: עס קומט יאָ דער "ע" נאָך די אותיות "מ", "נ", "נג" און "נק": קומען, מאָנען, לונגען, טרינקען (דער נוסח פון אלגעמיינעם זשורנאל)
- אויך אין פארווערטס טרעפט מען מערצאל: פארוויילונגען, צווייפלונגען, פֿונקען, רינגען, באדינגען.
- --פוילישער 23:54, 28 יאַנואַר 2009 (UTC)
- אַ דאַנק. ►רוני◄ 01:25, 29 יאַנואַר 2009 (UTC)
דערלײזט, באַפֿרײט צי עפעס אנדערש?
רעדאַקטירןװי אזױ װאלטסטו איבערגעזעצט release װען מע רעדט פון באפרײען א זאך (ניט א מענטש פון טורמע)? ►רוני◄ 10:06, 11 יאַנואַר 2009 (UTC)
- באַפֿרייען, אדער אפשר אפלאזן. (נישט דערלייזן = אויסלייזן). --פוילישער 17:45, 11 יאַנואַר 2009 (UTC)
פיגא מיט איין יוד
רעדאַקטירןאין שמות נשים איז קלאר אז יידישע נעמען וואס האבען א צירי אין ענדעגען מיט א אלף ו.צ.ב. בילא, פיגא שרייבט מען מיט איין יוד. ס'איז גראדע פארהאן א פולמוס אין די אחרונים איבער א גט וואס מען האט געשריבען פייגא מיט צוויי יוד'ן צו ס'איז כשר בדיעבד. --יוסל 23:52, 11 יאַנואַר 2009 (UTC)
- איר זענט טאקע גערעכט, דאס איז דער כלל אויף לשון-קודש, אבער מען שרייבט נישט קיין גט דא. אויף יידיש איז דער שטייגער אז איין 'י' באדייט א חיריק און צוויי יודן 'יי' באדייט א צֵירה. --פוילישער 10:22, 12 יאַנואַר 2009 (UTC)
- די ביזט גערעכט ס'איז נישט קיין גט אבער איך מיין א נאמען האט נישט קיין צוויי אויסשרייבינגען, מען שרייבט אויך נישט אויף יידיש "חאיעם" נאר "חיים", "לאזער" נאר "אלעזר" א נאמען בלייבט א נאמען, וואס מיינסטו?--יוסל 22:19, 12 יאַנואַר 2009 (UTC)
- אנטשולדיגט, חיים און אלעזר זענען נעמען פון לשון-קודש, ניצט מען טאקע דעם לשון-קודש אויסלייג. אבער פייגא איז א יידישער נאמען, שרייבט מען לויט די כללים פון יידיש. קוקט אויף גוגל 15,000 מאל "פייגא" מיט צוויי יודן. --פוילישער 23:39, 12 יאַנואַר 2009 (UTC)
פארװאס װאנצעס אין לשון רבים?
רעדאַקטירןאון ניט װאנץ אדער װאנצע אין א לשון יחיד? ►רוני◄ 23:19, 22 יאַנואַר 2009 (UTC)
- א וואַנץ איז עפעס אנדערש. דו פרעגסט זער גוט, אבער אזוי זאגט מען אויף יידיש "וואנצעס" מערצאל. לויט וויינרייכן קען מען זאגן "וואנצע" אויף איין העלפֿט פון די וואנצעס, אבער איך האב דאס קיינמאל נישט געהערט. --פוילישער 23:27, 22 יאַנואַר 2009 (UTC)
ֿ==שאלה איבער מעקן ווען גוגל גיט רעזולטאטן?== בנוגע אייער מעקונג וואס איר האט ערקלערט אלס סיבה אז דאס איז נישט אידיש וואלט איך געוואלט פארשטיין. איך זעה איר ברענגט אסאך גוגל רעזולטאטן אלס א באווייז צו אייך אז א ווארט נוצט מען יא אין אידיש. אבער פאר מיר אז דאס גענצליך איבעריג ווייל אייער מיינונג איז מער ווערד פון וואס דער עולם שרייבט. - אבער מיר איז שווער פארוואס מעקט איר אנדערןס ווערטער ווען גוגל זאגט גאר אז זייער אסאך שרייבן דאס אזוי ווי למשל טאמעטא? זעה. מער קלאר מיך גייט נישט אן אז איר טוישט אנדערן'ס ווערטער. נאר די שאלה איז וואס גייט אייך אן אז עס איז דא רידיירעקטס פון אזא סארט ווארט וואס פילע שרייבן דאס אנדערשט מעגליך בטעות אבער אויב גוגל זאגט אייך אז געוויסע שרייבן דאס אזוי אין אידיש קענט איר נישט מעקן די רידיירעקטס אויבן אויף ביטע ערקלערן א גרויסן דאנק.--ווארצגאנג 14:32, 26 יאַנואַר 2009 (UTC)
- אויב אזוי קענט איר צוריקשטעלן דעם ווייטערפירן בלאט. --פוילישער 18:41, 26 יאַנואַר 2009 (UTC)
- איר זענט א גיבור איך האב נישט געגלייבט אז איר וועט מודה זיין אין אייער טעות איר האט מיך געמאכט טראכטן דאן א שאלה פארוואס ביי קאטעגאריעס עקשענט איר זיך יא צו מעקן? אז ביי נאמאלע ווערטער גייט אייך נישט אן די איבעריגע רידיירעקטס וואס אפילו לויט אייער מיינונג איז דאס נישט קיין אידיש, דאן וואס גייט אייך אן די איבעריגע רידיירעקטס דוקא ביי קאטעגאריעס. די גאנצער ענין פון א רידיירעקט איז דאך בלויז גרינגער מאכן פארן זיכער דאן וואס איז די חילוק? זוכט מען דען נישט אסאך מאל קאטעגאריעס פונקט ווי נאמאלע ארטיקלן?--ווארצגאנג 15:30, 27 יאַנואַר 2009 (UTC)
- מיר דאַכט זיך אַז מען קען ניט װײַטערפֿירן קאַטעגאָריעס, בלױז אַרטיקלען. ►רוני◄ 21:00, 27 יאַנואַר 2009 (UTC)
- טעכניש קען מען יא זעה קאטעגאריע:מעלער די שאלה איז נאר צו לאגיש זאל דאס זיין שייך.--ווארצגאנג 15:07, 28 יאַנואַר 2009 (UTC)
- קאטעגאריע:מעלער איז ניט קײַן redirect, עס איז אַ לײדיקע קאַטעגאָריע מיט אַ פֿאַרבינדונג צו אַן אַנדער קאַטעגאָריע. ►רוני◄ 17:07, 28 יאַנואַר 2009 (UTC)
- ... וואס דאס איז דער זעלביגער זאך ווי א רידיירעקט - עס טוט רידעריקטירן דעם טראפיק צו אן אנדער בלאט. עס איז נאר נישט אטאמאטיש ווייל מען וויל בעטן דעם באנוצער נישט אהין צושטעלן קיינע עדיטס פאר זיך נאר אלעס וואס מ'וויל טאן דערמיט זאל מען טאן מיט ריטיגן אויסגעוועלטן בלאט.--ווארצגאנג 14:39, 29 יאַנואַר 2009 (UTC)
- קאטעגאריע:מעלער איז ניט קײַן redirect, עס איז אַ לײדיקע קאַטעגאָריע מיט אַ פֿאַרבינדונג צו אַן אַנדער קאַטעגאָריע. ►רוני◄ 17:07, 28 יאַנואַר 2009 (UTC)
- טעכניש קען מען יא זעה קאטעגאריע:מעלער די שאלה איז נאר צו לאגיש זאל דאס זיין שייך.--ווארצגאנג 15:07, 28 יאַנואַר 2009 (UTC)
- מיר דאַכט זיך אַז מען קען ניט װײַטערפֿירן קאַטעגאָריעס, בלױז אַרטיקלען. ►רוני◄ 21:00, 27 יאַנואַר 2009 (UTC)
- איר זענט א גיבור איך האב נישט געגלייבט אז איר וועט מודה זיין אין אייער טעות איר האט מיך געמאכט טראכטן דאן א שאלה פארוואס ביי קאטעגאריעס עקשענט איר זיך יא צו מעקן? אז ביי נאמאלע ווערטער גייט אייך נישט אן די איבעריגע רידיירעקטס וואס אפילו לויט אייער מיינונג איז דאס נישט קיין אידיש, דאן וואס גייט אייך אן די איבעריגע רידיירעקטס דוקא ביי קאטעגאריעס. די גאנצער ענין פון א רידיירעקט איז דאך בלויז גרינגער מאכן פארן זיכער דאן וואס איז די חילוק? זוכט מען דען נישט אסאך מאל קאטעגאריעס פונקט ווי נאמאלע ארטיקלן?--ווארצגאנג 15:30, 27 יאַנואַר 2009 (UTC)
מען דארף נישט זוכן קיין קאטעגאריע. מען זוכט אן ארטיקל; ביים ארטיקל טרעפט מען די פאסיגע קאטעגאריע. --פוילישער 22:52, 27 יאַנואַר 2009 (UTC)
- רידיירעקטס זענען נישט בלויז צו אקאמאדירן וואס מען דארף זוכן, - עס איז צו אקאמאדירן די זוכערס. דער פאקט איז אז מען זוכט און מען קען זוכן א קאטעגאריע אויכט. איז במילא אייער ווילן צו מעקן די רידיירעקטס, צו בלויז דא ערלויבן דאס וואס מען דארף זוכן אייער אייגענער פאליסי.
- פאליסי מוז פראדעצורד ווערן דורך קאנסענסוס ביטע זעה אויף מיין רעדן בלאט אינטערן קעפל קאטעגאריע מעלער פארוואס איך בין נישט מסכים צו דעם פאליסי אויבן אויף. א גרויסן דאנק פארן זיך אויפקלערן.--ווארצגאנג 14:20, 28 יאַנואַר 2009 (UTC)