באַניצער רעדן:יודל/ארכיוו 1
א געביט
רעדאַקטירןאיך האב געזעהן אז דו האסט געשטעלט ביי דיין קעסטל באַניצער:יודל א לינק צום del.icio.us וועבזייט וואס בריינגט ארויף דיינע אלע ארטיקלען פונעם וויקיפעדיע. איך וועל מיך זייער פרייען אויב דו וועסט מיר לאזן וויסן ווי אזוי מען מאכט דאס. איך האב מיר איינגעשריבן אינעם וועבזייט, אבער איך ווייס נישט ווי איר אנצושטעלן כדי מען זאל דארט זעהן מיינע ארטיקלען. איך וועל מיך פרייען אויב דו וועסט מיר שיקן דיין מעסענג'ער אדרעס ICQ א.ד.ג. א דאנק דיר.
שרייב דיך איין איך זאל וויסן ווער דו ביסט און מיט וועמען איך רעדט.
לגבי דעם זייטל מוזטו פּאוסטן איך האף אז דו קענסט ענגליש. שפּיל דיך אביסל וועסטו שטארק הנאה האבן.--יודל 00:43, 8 יאַנואַר 2006 (UTC)
- איך בין איינגעשריבן. זאג מיר נאר מיט וועלכע AIM פראגראם נוצטו זיך, און איך וועל שרייבן מיינע Jiddisch 00:47, 8 יאַנואַר 2006 (UTC)
איך האב נישט אינסטענט מעסעזשער ווייל איך בין כמעט נישט אויפן קאמפיוטער קענסט מיך שיקן אימעיל --יודל 02:13, 8 יאַנואַר 2006 (UTC)
איך מיין אז מען דארף מאכן א בעזונדערע קאטעגאריע פאר אדמורי"ם
רעדאַקטירןאון בעזונדער פאר "רבנים" אדער "חסידישע מנהיגים" Jiddisch 23:17, 8 יאַנואַר 2006 (UTC)
מסכים--יודל 23:20, 8 יאַנואַר 2006 (UTC)
באַמערקאונג לשון יחיד בעסער ווי לשון רבים
רעדאַקטירןיודל, עס איז בעסער שטימען די ווערטן בלשון יחיד וו.צ.ב "ליטוואַק" און נישט "ליטוואַקעס" (ווי דער שטייגער ביי ענציקלאפעדיעס). Jiddisch 10:53, 10 יאַנואַר 2006 (UTC)
ווארשיינליך ביסטו גערעכט אייביג בעסער לשון יחיד ווי לשון רבים, נאכדערצו אז מ'קען מאכן רידיירעקט, יישכ פאר די באמערקונג.--יודל 12:32, 10 יאַנואַר 2006 (UTC)
רידיירעקט אלס צייטליכע לעיזונג פון יידיש כללים מחלוקת
רעדאַקטירן(קאַפּיט דאס אריין אין א אישו וואס א זוכער קען נוצען א קעפּל וואס ענדעלט צו דעם אמת'דיגען קעפּל, ווי למשל עפענט אויף א חסידישען קעפּל "פוס" לייגט אריין דעם ווארט #REDIRECT פֿוס און טייפּט אריין דעם אמתן קעפל ֿוס, פון היינט מאל אן נישט קיין חילוק וואס דער זוכער וועט זוכן וועט עס אים טראגן צום ריגטיגן ערך.)
- רידיירעקט איז נאר א צייטליכע וווּנק. ווען די דירעקטארס וועלן זיך אויפוועקן פון זייער שלאף (אויב בכלל) וועלן זיי מין הסתם מעקן א סך רידיירעקטן, (און וועלן שטעלן קלארע כללים ווי אזוי צו שרייבן ווערטן (=טיטלען)) ווייל עס איז גורם צו אנבלאזן דער נומער פון די ווערטן, און עס וועט זיין א פאלשער סטאטיסטיק. Jiddisch 13:10, 10 יאַנואַר 2006 (UTC)
אדרבה, יעדער וואלט זיך אוואדאי געפרייט מיט קלארע כללים, אבער ווילאנג מען איז נישט געאייניגט פאר איין וועג וויאזוי צו שרייבן און ליינען מוז מען דאך זיך צושטעלן צו "חסידיש יידיש" "ליטוויש יידיש" און רוסיש יידיש און דייטיש יידיש, א.א.וו. מיטן אויפבוי פון אידישן וויקיפידיע וועט זיך האפענטליך אפיר יאווען עפעס א ווערטער עקספערט און אראפשטעלן אייזערנע כללים צו פאראייניגן אלע אידיש רעדענדיגע קרייזן. דערווייל דארפן מיר נעמען אין באטראכט אז רוב אידיש רעדענדיגע שרייבער וואונען אין חסידישן ברוקלין פונעם אונגערישן אפשטאם, אבער די גוטע וועלטליכע יידיש שרייבער זענען פון גאר אן אנדער פלאנעט.--יודל 13:39, 10 יאַנואַר 2006 (UTC)
- ביסט גערעכט אז רוב שרייבערס זיינען היימישע יידישע רעדנערס, אבער וויפיל איך פערשטיי וועלן זיי נישט וועלן מאכן דעם ענציקלאפעדיע פרום, נאר עס וועט זיין ליבעראל אָן א געוויסן געהערונג, דערפאר גלויב איך אז מען דארף שרייבן לויט די כללים פון יִיוואָ וו.צ.ב אין דעם וועבזייט: http://www.yiddish.org.il
לאמיר זיך נישט לאזן נארן, וואס איז קלאר ווי דער נאכט אז דער ייווא יידיש איז א טויטע פאלק, דער יידיש רעדנדיגער עולם שרייבט פראסט אן קיין נקודות, קודם איינס ווייל עס איז גרינגער און אפילו דו זעה איך פינטעלסט נישט דיינע ווערטער... און נאך דעם פארוואס זאל מען פארטרייבן דעם רוב יידיש ליינער? איך האלט אויך אז ייווא איז לכוארה מער אויסגעהאלטן און אויסגעארבייט, אבער מיר האבן צייט פאר דעם גרויסן שינוי פון אויסמעקן אלע אנדערע געשרייבאכצער. אלענפאלס פארשטיי איך נישט וועמען ס'באדערט די "רידיירעקטס"? וואס איז דער פראבלעם דערין? עס מאכט דאך יעדן צופרידן ווייל ווען איינער זוכט א ווארט אין פראסטן אידיש וועט ער דאס טרעפן אין ייוא יידיש?--יודל 14:04, 10 יאַנואַר 2006 (UTC)
נאאך איין נקודה:בייטע פאס אויף אז ליבעראלע אידן געפינען זיך אויך צווישן חרדים, איבערהויפט די וואס באנוצען זיך מיט אינטערנעט, און אויב איז מען צו ליבעראל דאן פארוואס זיך בכלל אפגעבן מיט יידיש אלס א שפראך? מען קען דאך רעדן דעם שפראך פון די לאנד ווי העבערעיש אדער ענגליש? מען מוז זיין אביסל פאנאטיש צו וועלן פרעזעווירן דעם גלות שפראך אידיש.
- ביסט הונדערט פראצענט גערעכט, איך זאג נישט ח"ו אז מען דארף מעקן ארטיקלען ווען זיי זיינען נישט געשריבן לויט ייווא, אבער איך מיין אז מען דארף היטן די כללים צום ווינציגסטן ביי די טיטלען, כדי זאל א יעדער וויסן ווי אזוי צו זוכן ווערטן. גלויב מיר איך קלער אז אויב מען וועט זיך דארפן פּאָרען מיט נקודות "בֿײַפֿ" א.ד.ג. וועט דא זיין אינגאנצן לער פוסט און פאסט, אבער ווי עס זעט מיר אויס, אז די דירעקטארס וועלן זיך עקשנ'ען צו גיין לויט ייווא כללים. Jiddisch 14:29, 10 יאַנואַר 2006 (UTC)
סאיז קעגן דעם וויקיפעדיע פאליסי אז דירעקטארס זאלן ארויפצווינגען זייערע מינדערהייט מיינונגען אויף רוב באנוצער פון דעם שפראך, אויב לעת עתה איז ייוו"א טויט, דאן פארוואס זיך גיין אויסמעקן אנדערע? מ'קען דאך מאכן רידיירעקטס. איך אלס פרומער חרדי גיי מיך נישט טוישן מיין אויסלייג וועגן אפאר דירעקטארס האבן אזוי באשלאסן און לעת עתה זענען רוב יידיש שרייבער און ליינער מיט מיר, אלענפאלס אויב דו טוישט די שער בלאט מיט רידיירעקטס איז דאס א גוטער פלאן און איך בין הונדערט פארצענט אונטער דעם --יודל 14:41, 10 יאַנואַר 2006 (UTC)
איך האף אז דו וועסט נישט אויפהערן שרייבן נאכ'ן הערן מיין געשיכטע. 85.65.150.217 20:14, 10 יאַנואַר 2006 (UTC)
זעה צום ביישפיל אן אנפאנג פון א אויסשטעלונג וואס כ'אב ערשט געשריבן
רעדאַקטירןפארשטייט זיך ווען מען וואלט מיר געגעבן א פולע ערלויבונג צו אויסשטעלן, וואלט איך בכלל ארויף געלייגט אנדערע ווערטן אויף אן אנדער סטיל. עס פארמיסט זייער צו זען די ערשטע בלאט מיט נאקעטע ווערטן, אלע ווערטן זיינען רויט (אָן קיין אינהאלט) און רוב פון זיי זיינען בכלל נישט ריכטיגע ווערטן (אפשר נאר ביי דעם ייווא) Jiddisch 20:59, 10 יאַנואַר 2006 (UTC)
שיין שיין שיין אבער שטעל דאס צוזאם קען דעם העבערעישן און ענגלישן הויפט זײַט איז דאס זייער ווילד און אומרואיג. אבער עס דערקענט זיך אסאך הארוואניע אריינגעלייגט--יודל 00:41, 11 יאַנואַר 2006 (UTC)
- איך האב נאר געבריינגט א קליין דוגמה Jiddisch 20:14, 11 יאַנואַר 2006 (UTC)
זייער שיין!
רעדאַקטירןאיך בין זייער פרייליך זעהן אז דו בעארבטסט דעם "ערשטע זייט", איך האף אז עס וועט נישט צארענען די דירעקטארס. Jiddisch 00:11, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)
פאַרוואָס זאלן זיי דאס נישט צולאזן סוועט דאך העלפן אויפלעבן די טעמעס? איין זאך ס'איז זייער נישט שיין, נו דו ביסט דאך א מבין אויף די קאודס און גראפיקס העלף דאס פארשענערן. תודה רבה ותזכו למצוות--יודל 00:13, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)
- דערווייל, אנטשטאט צו מאכן א רידיירעקט, איז בעסער נוצן דעם שריפט "|" כדי צו אריבער פירן ארטיקלען, זעה מיין בעארבעט אויף "אריק שרון" וואס האסט נאר ערשט געשריבן Jiddisch 00:18, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)
די כוונה און ציל פון מיין רידיירעקט ביי אריק שרון איז בעיקר פארן עתיד, ווען איך אדער מיין חבר וואס שרייבט אריק אנשטאט אריאל וועט זיכן זאל ער דאס טרעפן גרינג. דיין עצה פון דעם | וועט נישט לייזן לעתיד דעם פראבלעמם --יודל 00:21, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)
- עס האט נישט פיר, שטענדיג איז בעסער פירן די לינקן דירעקט צום ארטיקל און נישט צו א רידירעקטן ארטיקל.
- און דערווייל, מיין איך, אז אן העבריישן נאמען ווי אריאל שרון, איז ראוי זאל דער הויפט ארטיקל שטיין אויף העברעיש "אריאל שרון", און אלע אנדערע נעמען זאלן פירן צו איר. Jiddisch 00:26, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)
איך טויש נישט דעם הויפט ארטיקל, חס וחלילה, איך מאך נאר א רידיירעקט מיטן זארג פאר אנדערע וואס וועלן האבן נוצן דערפון.--יודל 00:28, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)
בייטן פאלשע פורעמען
רעדאַקטירןאין דיזע לינק קענסטו זעהן פול פורעמען וואס איז פאלש געשריבן. איך האב נישט קיין אומץ און מוט זיי צו טשעפען (כ'אב פריער א ביסל געטשעפעט דאס פורעם "שטומף", איך האב אויך שוין לאנג צוריק געטשעפעט דעם פורעם "דער באַניצער רעדט ייִדיש אַלץ אַ מוטער־שפּראַך" אנטשטאט עפעס א אנדערע פאלשער אויסדרוק) אויב דו קענסט זיך אריין לייגן אין דעם, קען עס העלפן. Jiddisch 00:43, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)
- טייערער פריינט געט נישט אויף! סאיז שווער אבער אויב ביסטו מסביר פארוואס דו פארעכסט זאכן קען די קיינער נישט שטערן, איך ווייל אויס זיך ענדערשט אפצוגעבן אויפצובויען צוצילייגן נייע ערכים און איינפאלן צום וויקיפעדיע ווי איידער צו טוישן. אבער איך זעה אז דו האסט א כשרון יא צו מאכן סדר בעט איך דיר לא לפחד מכלום--יודל 00:46, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)
ווער האט אונדז בעשטימט אלץ דירעקטארס?
רעדאַקטירןריינהאַרדט, א גאר וואולער איד וואס ארבעט שווער פארן יידישען וויקיפעדיע אינעם טעכנישען טייל, באדאנק אים דא [1]
ווי צו אויסשטעלן דעם הויפט זייט
רעדאַקטירןאיך זעה אז דו שרייבסט א סך נייעס, אבער כדי צו נישט פארגעסן אז עס איז אויך אן ענציקלאפעדיע, און כדי די ווערטן זאלן זיך נישט גליטשן אונטן וייט פון די אויגן, קלער איך אז עס איז כדאי אפטיילן דעם בלאט (ביים שטייענדיקן ריכטונג) אויף צוויי, אזוי ווי עס איז איינגעפירט אין אנדערע וויקיפעדיען, וואס קלערסטו דערפון? Jiddisch 12:52, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)
- איך וויל דאס טאן נאר איך קען נישט קיין קאודס, ביטע ערלעדיג דאס און איך וועל דיך דאנקבאר זיין בשם כל הקהל הקודש פון יידישן וויקיפידיע.--יודל 12:54, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)
- גוט, איך וועל זיצן אויף דעם, יעצט איז ביי אונדז ערב שבת, איך דארף לויפן איינקויפן... Jiddisch 13:03, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)
איך וויל צולייגן נאך צוויי קעסטלאך
רעדאַקטירן- היינט אין היסטאריע
- אויסגעוועלטע ווערט
וואס קלערסטו דערינען? Jiddisch 16:49, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)
אויב וועסטו דיך אפגעבן יעדן טאג צו אָפּדעיטן די היינט אין היסטאריע איז דאס געוואלדיג...
וואס מיינט אויסגעוועלטע ווערט, איך מיין אז די ווערטן וואס זענען אין די נייעס דאס דינט ווי אויסגעוועלטע, ניין?--יודל 16:50, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)
- איך מיין ערך מומלץ, לייגן באזונדערע שיינע ארטיקלען וואס באגרייכט פול אינהאלט דערינען, ווי אין אנדערע וויקיפעדן Jiddisch 16:57, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)
איך מיין אז דערווייל האבן מיר נאכנישט קיין ארטיקלן פון אמת'ן גוטע קוואליטעט, און אויב מ'וועט לייגן סתם א קעסטל וואס האט נאך נישט געהעריג עפעס מוראדיג וואס צו פארקויפן וועט דאס מינימיזירן דעם נייעס קעסטל וואס דאס וועט יא ברענגן פול ליינער צו ווערן שרייבער און בויען די באנוצער באזע. מיין מיינונג איז ווארט נאך אביסל פארן צוויייטן קעסטל! אבער דער ערשטער קעסטל וועגן היינט אין די היסטאריע אויב דו קענסטעך אונטערנעמען דאס צו דערהיינטיקן יעדען איינציגן טאג (אחוץ שבת און יום טוב וואס דעמאלטס וועט דער וויקי סיי ווי סיי שלאפן) איז אדרבה מאך דאס ווי שנעלער!--יודל 17:00, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)
אַלע הילף בלעטער קענסטו צאמנעמען אונטער "הילף"
רעדאַקטירןאזוי ווי הילף:אינהאַלט, דאס וועט העלפן אפטיילן הילף ארטיקלען און העלפן זוכן ביים הילף-זוכמאשין Jiddisch 20:44, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)
טוה וואס דו טראכסט ווייל איך פאשטיי נישט פונקטליך--יודל 20:46, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)
שלום עליכם
רעדאַקטירןאיך האב צוגעלייגט א מוסטער (template) מיטן נאמען "שלום עליכם" וואס שיקט פאר יעדן נייער באניצער א געשריבענער מעלדונג מיט ווינטשן.
- דא קענסטו זען די ניַיע בענוצערס, אדער קענסטו זיי זען ביים "לעצטע ענדערונגען" בלאט (מען קען אויך שיקן צו פראסטע IP'ס).
- דא קענסטו באארבעטן דעם "שלום עליכם בלאט".
- כדי צו שיקן דעם מעלדונג, דארפסטו נאר שרייבן אזוי: {{שלום עליכם}}
פאר ווען דו שיקסט דעם מעלדונג זיי זיכער אז איך האב איר נאך נישט געשיקט.
פארוואס האסטו פארקלענערט דעם נייעס קעסטל?
רעדאַקטירןאיך האב געמיינט אז דו ווילסט זאל זי זיין גרויס. אויב דו ווילסט זאל עס זיין קליין, זאג מיר, איך וועל דאס מאכן רוני 11:32, 15 יאַנואַר 2006 (UTC) איך גיי באלד אריין לייגן אסאך נייע לעבעדיגע נייעס סאו האב איך קודם אוועק גענומען די אלטע האב געדולד,--יודל 11:41, 15 יאַנואַר 2006 (UTC)
- אהה איך האב נאר ערשט אויפגעשטאַנען פון שלאף :) ביידעוויי, אויב דו וויסט, קענסט אראפ נענמען דעם חלק נייעס פון די אדמיניסטראטן, איך האב נישט ליעב זיין מפורסם רוני 11:48, 15 יאַנואַר 2006 (UTC)
איך וואלט געזאגט לאזן ווייל דאס מאכט אז דער ליינער זאל ווי מער וויסן און זיך אויך באטייליגן אין בויען וויקיפידיע--יודל 11:51, 15 יאַנואַר 2006 (UTC)
איך וויל צולייגן א קאַלענדאַר מיט קאטעגאריעס
רעדאַקטירןביים קאלענדער וויל איך שרייבן אלע געשנישן אין די קומעדיגע טעג, ווי יארצייטן, געבורסטאגן, יום טובים און אנדערע אירועים. איך בויע יעצט אזא סארט ערשטע זייט. זאג מיר צו עס געפלט דיר. עס איז נאך נישט גוט באארבעט, איך וועל דאס פיל פארשענערן רוני
שלום עליכם פון אפסטעיט
רעדאַקטירןשלום עליכם רעד יודל א גריס אייך פין אפסטיעט גייט אן מיט אייער ארבייט מיר זענען אייך זייער דאנקבאר
- ביטע זיך איינשרייבן מען זאל וויסן ווער עס רעדט--יודל 17:17, 15 יאַנואַר 2006 (UTC)
- קענסט זעהן אין די געשיכטע אז דער רעדנער איז Lipa, ער האט נאר נישט אונטער געשריבן זיין נאמען מיט די דריי צייכונגען ~~~ - רוני
ווי אזוי פאנגט מען האן אן ארטיקל?
רעדאַקטירןאויב מען וויל באשאפן א נייעם ארטיקל, ווי אזוי מאכט מען דאס אָפֿיציעל? איך גיי אימער אריין אין א פרעמדע ארטיקל און איך שרייב אזוי [[שלום]]--, עס איז מיר אינטערעסאנט ווי אזוי מאכסטו דאס. --רוני 18:53, 16 יאַנואַר 2006 (UTC)
איך גיי אריין אין די זיייט, ביים זוך אדער גיין באקסל, נאכן טייפן דעם ווארט דרוק איך גיין, און אויב די רעזולטאטן זאגען אז עס שוין דא דערוועגן א נושא איז גוט, אז נישט דרוק איך דארטן בים רעזולטאטן בלאט דעם רויטן ענטפער אז עס נישט דא גארנישט דערוועגן און ווען איך דרוק עפענט זיך אויף א נייע שרייבן בלאט אנציפילן צו פארשאפן.--יודל 11:18, 17 יאַנואַר 2006 (UTC)
- I GOT IT איך וועל עס איבערזעצן אויף אידיש רוני 11:28, 17 יאַנואַר 2006 (UTC)
לייג עס אלטס אן עקסטער שורה ביים הויפט "ברוכים הבאים" קעסטל, ווייל דאס איז לכוארה פון די וויכטיגסטע זאכן צו וויסן.--יודל 11:31, 17 יאַנואַר 2006 (UTC)
- א פלאן.
ווארענונג פאר פארדעכטיקטן וואנדאל
רעדאַקטירןווען דו ווילסט שיקן צו א וואדאל א ווארענונג, קענסטו שרייבן בלויז {{וואָרענונג}} און וועסט זעהן דאס:
געערטער באנוצער! מיר לאדענען אײַן אלע זיך צו באטייליגן אין דער וויקיפעדיע און העלפן דאס צו פארבעסערן. אבער ענדערונגען וואס זוכן צו רעדוצירן די קוואליטעט פון דער ענציקלאפעדיע זענען וואנדאליזם און שטרענג פֿארבאטן. אזוי למשל די רעדאקטירונג וואס איר האט אדורכגעפירט. מ'האט צוריקגעדרייט צום פריערדיקן מצב דעם בלאט וואס איר האט רעדאקטירט, ממילא איז קיין שאדן נישט געבליבן. אבער טאמער האלט איר אן אין דעם שטייגער קען מען אייך בלאקירן פון וויקיפעדיע. |
- ווען איר ווילט מאכן א רעדאקטירונג פראבע, קענט איר מאכן דאס אין דעם זאמדקאסטן.
- אויב איר האט געזוכט אן ארטיקל און אים נישט געטראפן, מ'קען איבערלאזן א בקשה אז עמעצער זאל אים שרייבן אין װיקיפּעדיע:בעטן ארטיקלען.
- אויב פילט איר אז אייערע ענדערונגען זענען נישט אין כלל פון וואנדאליזם, ביטע ערקלערט אייער מיינונג אויף דעם שמועס בלאט פונעם ארטיקל.
רוני 11:35, 17 יאַנואַר 2006 (UTC)
און קענסט באארבעטן דעם ווארענונג אויסדרוק אהער
זייער גוט, בין איך גערעכט מיט מיין ווארענונג, האסט באמערקט זיינע מעקונגען?--יודל 11:38, 17 יאַנואַר 2006 (UTC)
- יא געוויס רוני 11:43, 17 יאַנואַר 2006 (UTC)
איך האב געמוזט אוועקנמען פון הילף איבער די לעצטע ענדערונגען בלאט, ווייל דער לינק אויפן ערשטען זייט, צו די ריכטיגע לעצעטע ענדערונגען איז נישט געגאנגען צום ספעשל בלאט. איך האב געמאכט פארן הילף נושא אן אנדער נאמען "זעהן לעצטע ענדערונגען" און נאך דעם איז דאס פון די ערטשע בלאט יא אריין אין די ספשל בלאט. אסאך קאפ פארדרייענישן האט דאס אנגעמאכט. סליחה--יודל 11:48, 17 יאַנואַר 2006 (UTC)
איך האב מחליט געווען צו ארויס נעמען די נקודות פון די טיטלען
רעדאַקטירןעס איז מיר זייער שווער זיך פארעווען מיט די באעפטע אותיות און מיטן ב' און פ' רפה, און איך מיין אז עס שטערט צענדליקער מענטשן זיך נוצן מיטן וויקיפעדיע. רוב ארטיקלען טרעפט מען נישט ווען מען זוכט זיי אן נקודות.
דערפאר וויל איך קובע זיין אז די בעהויפטע טיטלען, קאטעגאריעס, מוסטערן א.א.וו זאל שטיין האן נקודות, בעהעפטע אותיות א.א.וו. און ווער עס וועט מאכן רידיירעקטן צו זיי תבוא עליו ברכה.
עס איז מיר נמאס געווארן צו זיך מיען עטליכע מינוט ביז איך טרעפ א פראסטע ארטיקל, און אלץ וועגן דעם וואס איך ווייס נישט גענוי ווו צו פינטלען.
וו.צ.ב. אריאל שרון קען ווערן געשריבן אין 8 אופנים
- אריעל שאראן
- אַריעל שאראן
- אריאל שאַראן
- אריעל שאראָן
- אַריעל שאַראן
- אַריעל שאראָן
- אריעל שאַראן
- אריעל שאַראָן
(דאס איז א לייכטע ביישפיל, עס זיינען דא ווערטן מיט בעהעפטע אותיות, וואס דאס צודרייט אינגאנצן) אויב עס וועט זיין א כלל צו נישט אנפינטלען טיטלען (ווער עס וויל קען אנפינטלען און מאכן א רידיירעקט צו די אומגעפינטלע ווערט) אזוי וועט א יעדער וויסן זיכער ווי צו טרעפן אן ארטיקל. וואס קלערסטו? רוני 11:58, 17 יאַנואַר 2006 (UTC)
זייער גוט גערעכט!!!! לייג דאס אויך איבער פארן עולם, אלס אן אייזערנע כלל און קיינער זאל נישט שרייבן אנדערשט פון היינט מאל אן ווייטער!--יודל 12:01, 17 יאַנואַר 2006 (UTC)
לינק צו ספעשל פעיזש
רעדאַקטירןוויאזוי באשאף איך א לינק צו א ספעשל פעיזש?--יודל 12:01, 17 יאַנואַר 2006 (UTC)
- שרייבסט א נייעם לינק מיטן נאמען מוסטער:XXX --רוני 12:15, 17 יאַנואַר 2006 (UTC)
דער ערשטער זײַט
רעדאַקטירןזאגט מיר אן אנדערער אז ביי זיין קאמפיוטער סקין קומט דאס ארויף נישט מסודר. איך גראדע האב נישט דעם פראבלעם, אבער זעה צו דו קענסט דערכאפן דעם פראבלעם--יודל 12:21, 17 יאַנואַר 2006 (UTC)
- פרעג אים מיט וועלכע וועב פראגראם נוצט ער זיך, און פרעג אים אויך מיט וועלכע פונקציאניר-סיסטעם (operating system) נוצט ער זיך. --רוני 12:26, 17 יאַנואַר 2006 (UTC)
חתמענען מיין נאמען
רעדאַקטירן- מיט רעספעקט בעט איך פון דיך יודל נישט אונטער חתמענען מיין נאמען אין דיינע מעלדונגען --רוני 12:39, 17 יאַנואַר 2006 (UTC)
גערעכט. אנטשולדיגט!!! איך האב אין דעם פאל סתם געקאפיעט דיין גאנצע הודעה (בטעות מיטן חתימה) כדי ער זאל דיר שיקן דעם פראבלעם, ער האט מיר נעכטן געקאלט דערוועגן און איך קען נישט די זאכן, און איך וויל אים אנווייזן ער זאל רעדן צו דיר תיכף, איך דארף ווען אבער האבן שכל און נישט איבער נוצען א חתימה פון אן אנדערן. בכלל איז אינטערסאנט און שאקירענד אז וויקיפידיע זאל נישט אפהיטן דעם חתימה כדי אז אן אנדערע זאל דאס נישט קענען נוצן...--יודל 12:45, 17 יאַנואַר 2006 (UTC)
- עס איז OK, אויפ יעדן פאל קענסטו אים שרייבן "מעלד זיך צו [[באַניצער רעדן:Jiddisch]]" רוני 12:48, 17 יאַנואַר 2006 (UTC)
הילף ווי אזוי צו מאכן Revert
רעדאַקטירןווי אזוי מאכט מען ROLLBACK צו אן ארטיקל וואס מען האט משחית געווען?
דערווייל, נוצ דעם לינק
ספּעציעלע זײַטן וואס געפינט זיך ביים מעניו ביי די לעצטע שורה רוני 22:53, 17 יאַנואַר 2006 (UTC)
- אין לעצטע ענדערונגען וועסטו אייביג זעהן די ווארט dif דרוק דערויף וועט זיך דיר עפענען צוויי ווערסיעס די אלטע אויף די רעכטע זייט, און די נייע אויף די לינקע זייט, ביים נייעם וועסטו זעהן דאס ווארט ROLLBACK קוועטשט עס וועט צוריק ווערן די אלטע ווערסיע--יודל 22:56, 17 יאַנואַר 2006 (UTC)
Yiddish Wikisource
רעדאַקטירןHi. I suggest that either you or Jiddisch nominate yourselves or each other as Bureaucrat candidate for a Yiddish Wikisource and let other people register support. After that, the supporters can turn to develepors to turn the wiki on. Dovi 11:36, 18 יאַנואַר 2006 (UTC)
שלום לך!
רעדאַקטירןהאם אתה דובר עברית? אחיה 84.109.151.131 21:22, 18 יאַנואַר 2006 (UTC)
- שלום לכם! לא דובר עברית, אבל מבין משהו.--71.247.183.100 00:29, 19 יאַנואַר 2006 (UTC)
איבערשרייבן דעם קעפל אינעם איהאלט פון ארטיקל
רעדאַקטירןעס איז וויכטיג פאר די וואס ווילן דרוקן דעם ארטיקל און פאר אנדערע באדארפענישן און נוציגקייטן מיטן פארעווען מיטן ארטיקל. אויב עס איז שווער פאר דיר האס צו מאכן, וועל איך דאס מאכן רוני 15:29, 22 יאַנואַר 2006 (UTC)
- אהיך האב ניט קיין אנונג וואס דו מיינסט?--יודל 14:01, 23 יאַנואַר 2006 (UTC)
- למשל אין דעם ארטיקל אהרן טענדלער דארף מען שרייבן אויך אין די ארטיקל דעם נאמען נישט נאר ביים קעפל רוני 14:11, 23 יאַנואַר 2006 (UTC)
אויקיי, איך וועל להבא אויפפאסן יישכ--יודל 14:13, 23 יאַנואַר 2006 (UTC)
אבער דו מוזט מיר פארעכטן דעם קאטעגאריע איך זאל נישט ברויכן מאכן קיין פתח און קמץ--יודל 14:13, 23 יאַנואַר 2006 (UTC) ףוועגן דעם מוז מען מיט איינע פון די developer'ן, איך וועל פראבירן בודק זיין. דערווייל שרייב אן נקודות רוני 14:16, 23 יאַנואַר 2006 (UTC)
בקשה
רעדאַקטירןשלום, אולי אתה יכול לענות על השאלה ששאלתי את משתמש Jiddisch בבקשה, המון תודה.
- אולי אתא יכול לענות לי מה השאלה ששאלת את משתמש זשידיש?--יודל 13:15, 27 יאַנואַר 2006 (UTC)
- אם אפשר בבקשה את תרגום שם הספר של שלום עליכם "טעוויע דער מילכיקער" המון תודה.
אז איך קוראים בעברית מישהו בשם טויביה, ואיך קוראים בעברית מישהו שחולב פרים? והתירוץ שלך--יודל 13:19, 27 יאַנואַר 2006 (UTC)
טוביה החולב. אני מתנצלת אבל אני לא יודעת בכלל יידיש ואת הספר טוביה החולב מצאתי אצל סבתא שלי. זה ספר משנת 1948. המון תודה