באַניצער רעדן:יודישער שרייבער/נאוועמבער ארכיוו 2009

זייער א שיינע ארבעט מיט אליעזר בן יהודה

רעדאַקטירן

איך זע האסט באקומען דרייסטיקייט (אומץ) צו שרייבן! טאקע א וויכטיקער ארטיקל. דיין נאמען וועט געדענקט ווערן לדורי דורות ווי פון די גרינדער פון דער וויקיפעדיע :) ►רוני◄ 19:52, 2 דעצעמבער 2008 (UTC)ענטפֿער

פאולא מונווייס

רעדאַקטירן

א דאנק פארן אויפמערקן. כ'האב אויסגעמעקט דעם בלאט. --פוילישער 00:21, 24 דעצעמבער 2008 (UTC)ענטפֿער

לשנה טובה!

רעדאַקטירן

איך וואונטש דיר א זיס לעכטיג געזונט און געבענטשט יאר. א ייש"כ פארן מיטיילן דורכאויס דאס גאנצער יאר דיינע פילע קענטעניסן מיטן רייכן שפראך סטיל עס איז געווען א געשמאק לאמיר האפן איר וועט אנהאלטן און ממשיך זיין ביתר שאת וביתר שמאלץ פארן קומענדיגן יאר אויכט!--Chaim Shel 13:31, 18 סעפּטעמבער 2009 (UTC)ענטפֿער

ר' יו"ט עהרליך אין יוטוב

רעדאַקטירן

כ'אָב פֿריער אַרױף געברענגט יום טובס אַ לידל מיט די טעקסט אין יוטוב. קװעטש דאָ. ►רוני◄ 14:06, 16 נאוועמבער 2009 (UTC)

עס איז הערליך שיין, יישר כח--יודישער שרייבער 17:14, 16 נאוועמבער 2009 (UTC)


אמונה

רעדאַקטירן

איר זענט נישט גערעכט מיט דעם: אז יעדע זאך וואס יודען גלייבן קען מען מסביר זיין אנדערש. עס קען זען געוויסע זאכען קען מען מסביר זיין אנדערש, אבער די יסודות קען מען נישט.

לויט מיין מיינוג איז נישט ציפיל אנדערע הסברים אויף אינזער היסטאריע פין מעמד הר סיני. אויך בעצם די ענין פין ווויסענשאפט וואס ווייזט אויף איין באשעפער.

והא ראיה: די 55% פין די וועלט באפעלקורנג גלייבט אין מעמד הר סיני. והא ראיה עס איז קיינמאל קיינמאל אין היסטאריע נישט געווען א גרויסע מאסען מאוומענט פין אטיעסט.

איין מאוומענט וואס איז געווען אפיקורסים (קאמאניזם) איז ציזאמגעפאלען. אין אפילו דעס איז אפיקורסות נישט געווען א עיקר, נאר א דרך אגב כידוע. מ'קען זיין א קאמאניסט אין א מאמין.

די גרויסע אנגענימענע וויסעשטאפטלער, ווי אריסטו, אייזק ניטאן, גאלאליע, אין נאך, האבען געגלייבט אין גאט דורך סייענס.

אויף אלבערט איינשטיין זאגען רוב מקורות האט אויך אזוי געהאלטען. אין ער האט אנגעריפען אפיקורסים "פאנאטיש".

אויס איינער לייקענט אינזער היסטאריע איז פינקט ווי איינער קימט פין אינדיע אין זאגט (מיט גיטע הסברים) אז עס איז נישט געווען א מענשט וואס האט געהייסען דארזש וואשטינגאן, אין דאס איז נאר א פיקשטען פין עבערהעם לינקלאן, וכדומה.

אין אזוי ווי עס קימען מענשטען (מיט הסברים) וואס זענען נישט געווען אין אוישוויץ אין לייקענען די האלקאסט. אין עס איז דא מענשטען (מיט הסברים) אז בוש האט געמאכט 911 --אהרן 00:49, 4 דעצעמבער 2009 (UTC)ענטפֿער

אוואדי איז א אמונה א אינערליכע גייסט (אינסקיט) אויך, אבער איז עס דא אסאך לאגיק אויך, כנ"ל.

לאגיק אין אמונה איז נאר פאר א מאמין א גלייבער, קען מען צולייגען דערצו לאגיק, אבער איינער וואס האט נישט קיין אמונה, דער קען דיר זאגן פונקט אזא לאגיק און נאך שענער קעגן די אמונה. עס איז פונקט פארקערט ווי די שרייבסט אז די יסודות קען מען נישט מסביר זיין אנדערש, ווייל די יסודות קען מען מאכן פונקט פארקערטע. דאס גאנצע שיטה פון עוואלאשון אז די וועלט שטייט שוין ביליאנער יאהרן, איז אינגאנצען קעגן די אמונה, און קעגן אז השי"ת האט באשאפען די וועלט, עס איז קעגן מעמד הר סיני, און דאס איז דער עיקר סיבה פארוואס אלע אהן אויסנאם האבן דאס אנגענומען, וויסענשאפטלער, דאקטוירם, פראפיסארן, קונטסלער, מאהלער, זינגער, ווייל אויב די וועלט איז נישט באשאפען געווארן ווי דער תורה זאגט, דאן איז דער תורה נישט מחייב, מען מעג מחלל שבת זיין, ווייל די וועלט איז נישט באשאפען געווארן אין זעקס טעג, מען מעג עובר זיין אויף גילוי עריות און אלע זאגן וואס דער תורה האט פארווערט, ווייל די גלוסטיונגען פון א מענטש און זיינע מדות קומט פון דער טבע, און נישט אז דער מענטש קען דאס משנה זיין, דאס איז דער עיקר ציל פון די וואס זאגן אז די תורה איז נישט גערעכנט דערמיט וואס זי האט פארווערט אלע סארט מענטשן צו טועהן די זעלבע מצוה, און אלע סארט מענטשן נישט צו טועהן די עבירה.

דאס וואס פינף און פופציג וועלט בעפאקערונג גלייבט אין מעמד הר סיני, דאס איז ליגן, א דזשאוק, פארוואס זאל א נישט אידישער מענשט זאגן ער גלייבט נישט ? ער לייענט עס אין בייבל, עס איז אין סטייל, צו זיין א מאמין, אזוי ווי ער "גלייבט" אין שדים, מלאכים גייסטער, עס קאסט איהם נישט קיין געלד, זאגט ער אז ער גלייבט אין מעמד הר סיני, ווען ער זאל גלייבן אין מעמד הר סיני אזוי ווי ער גלייבט אין הונדערט דאלער, וואלט ער געווען א איד און שומר תורה ומצות כאטש פאר הונדערט דאלער. ער זאגט אז ער גלייבט אין מעמד הר סיני וויין אין פאקט ליינעט ער עס אין בייבל, און ווייל אזוי קען ער האלטן אז ער האט א שייכות צו דער בייבל, און ער וועט האבן גן עדן.

יעדער מענטש וואס לייענט אידישע היסטאריע וואו השי"ת האט אזוי ליב אידן, און וויאזוי אלעס אין דער וועלט איז בלויז פאר אידן, די בית המקדש און אלע אפענע ניסים און וואונדערליכע פלאות וואס האט פאסירט אין בית המקדש און אין דער לאנגער היסטאריע, ווי אידן האבן זין ארויסגעדרייעט פון אלע צרות און זענען בייגעקומען זייערע פיינד, און דאך נעמט ער נישט אהן די געזעצען פון דער תורה, ער האלט אז ער קען עקסזיסטירן אהן די תורה וואס דארט שטייט די אידישע היסטריע, וואס דארט שטייט מעמד הרס סיני, און ער אנטלויפט פון יעדער סארט אמונה אין דער תורה, דער גלייבט "נישט" אין אונזער היסטאריע, ער מעג זאגן הונדערט מאל "איך רעספעקטיר" אידן" איך רעספעקטיר די אידישע טראדיציע, אבער ביי זיך אליין לאכט ער דערפון, און דערמיט "לייקענט ער אידישע היסטאריע. --יודישער שרייבער 20:04, 6 דעצעמבער 2009 (UTC)ענטפֿער

נסים זרחיה ב"ר אברהם אזולאי

רעדאַקטירן

מיט וואס איז נסים זרחיה ב"ר אברהם אזולאי מערקווערדיג? --פוילישער 23:05, 7 דעצעמבער 2009 (UTC)ענטפֿער

עס זעהט אויס טאקע אינטערעסאנט, איך האב נאך גארנישט אריין געשטעלט פון איהם. דאס איז ווייל איך האלט אינמיטן זאמלן אינפארמאציע אויף דעם חיד"א, זיינע אויפטוען, זיינע ספרים, זיין משפחה. עס איז מיר שווער אלעס פארצייכענען אויף איינמאהל, דעריבער האט איך קודם געמאכט א בלאט, און צוביסלאך וועל איך אריין שרייבן אלעס וואס איך טראף, פארשטיי אז דאס זאמלן די אינפארמאציע איז זייער א קאמפליציטער ארבייט. --יודישער שרייבער 19:17, 8 דעצעמבער 2009 (UTC)ענטפֿער
אַ דאַנק פֿאַרן צוריק קומען צו אונדז. הײַנט איז עס שױן אַזאַ מין שטײגער, אַז יעדער אײנער (אַ חוץ פּױלישער :)) װערט פֿאַרלױרן אױף אַ שטיקל תּקופֿה און נאַכער קומט ער צוריק מיט פֿרישע כּוחות. אָבער מען דאַרף זײַן פֿאָרזיכטיק, װײַל עטלעכע האָבן לײַדער זיך פֿאַרבלאָנדזשעט (װי שמאלץ, און קאצקער) און מער זיך נישט צוריקגעקערט. דײַנע אַרטיקלען זײַנען זײער װערטיק מיט װיכטיקע אינפֿאָרמאַציע װעלכע איז אפֿילו שװער צו געפֿינען אױף אַנדערע װעבזײַטלעך אין אַנדערע שפּראַכן. הײַנט האָבן מיר שױן גענוג תּוכן מיט װאָס צו קומען צו די הײמישע קריטיקערס בזכות דיר און יוסלען. מיר דאַרפֿן נאָר טרעפֿן נאָך אַ פּאָר חבֿרה זאָלן אױך אַ ביסל באַשרײַבן אױף װעלטלעכע ענינים און צוברענגען די װיקיפּעדיע צו 10,000 אַרטיקלען. זײַ מיר געזונט און שטאַרק. ►רוני◄ 19:23, 10 דעצעמבער 2009 (UTC)ענטפֿער
גיבן שטארקייט פאר א חבר און סתם א מענטש, איז אייביג גיט, דאס העלפט שטענדיג, יישרכח רוני--יודישער שרייבער 03:09, 11 דעצעמבער 2009 (UTC)ענטפֿער

איך װיל אַ ביסל ענדערן דעם הױפּט־בלאַט

רעדאַקטירן

איך װיל אַ ביסל ענדערן דעם הױפּט־בלאַט איך האָב עס פֿאָרגעשלאָגן אינעם קאַװע־שטיבל קװעטש דאָ און גיב דײַן דעה. אַ דאַנק. ►רוני◄ 15:35, 12 דעצעמבער 2009 (UTC)ענטפֿער

משה אייבעשיץ

רעדאַקטירן

וואס איז געווען ר' משה'ס אייגענער ייחוס? לכאורה ווייל ער האט געהאט א חשובן ברודער און א חשובן זון איז נאך נישט גענוג. --פוילישער 09:46, 3 פעברואר 2010 (UTC)

דערווייל האב איך נאך נישט געטראפען נאך אינפארמאציע אויף ר' משה, דער טאטע פונעם פלאצקער גאון, אויב האלסטו אז עס מוז נישט זיין קיין ארטיקל פאר זיך, דאן לייג עס צו דעם ארטיקל פונעם פלאצקער גאון, געדענקט אבער איך ריש זיך צו צולייגן אסאך אינפארמאיע צום פלאצקער גאון, איך וויל עס זייער אויסברייטערן--יודישער שרייבער 18:03, 3 פעברואר 2010 (UTC)
ייש"כ. מען קען דאס לאזן א ביסל, עס ברענט נישט. אבער טאמער וועט נישט צוקומען קיין אייגענער מאטעריאל וועגן ר' משה'ן איז בעסער אויסמען דעם ארטיקל. --פוילישער 20:30, 3 פעברואר 2010 (UTC)
חזרה לדף המשתמש של "יודישער שרייבער/נאוועמבער ארכיוו 2009".