אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם לייטנער"

6,403 בייטן אראפגענומען ,  פֿאַר 15 יאָר
וויקיפעדיע איז קאמיוניזעם!
אין תקציר עריכה
(וויקיפעדיע איז קאמיוניזעם!)
וויקיפעדיע איז קאמיוניזעם!
ר' '''אברהם לייטנער שליט"א''' איז א גרויסער תלמיד חכם. וואוינט אין [[וויליאמסבורג]], ברוקלין, און איז אנגענומען אלס רב ומורה צדק ביי די [[סאטמאר]] קרייזן.
 
ער ווערט באטראכט אלס עקסטרים [[קנאות]] ווייל ער איז א בעל תשובה וואס קומט נישט פון קיין היימישע שטוב און שרעקט זיך נישט צו זאגן וואס ער האלט איז תורה'דיג. אבער זיינע חסידים צייגן אן ווי אין זיין פריוואטען לעבן איז ער גאר א גוטמוטיגליכער פשוטער מענטש.
 
ער גייט פיל אין בית כסא הכנות ווי ר' יואל זיין רבי און ער איז געווען באטראכט אלס דער חשובסטער רב בשעת ווען ר' יואל האט געלעבט וואס איז געווען א חסיד נישט נאר א סימפאטיקער עס איז געווען א מנהג פון ר' יואל מיט אים צו שמועסן איבער עניני הנהגה יעדן טאג בשעתן צאמלייגן טלית און תפילין.
 
ער איז אויך א תלמיד פון רב דושינסקי און איז געווען רב אין [[מאָנטיווידעאָ]], [[ארעגוויי]].
 
ער איז דער פירער פון די מער עקסטרעמע, פרומע קרייזן אין [[סאטמאר]], ווי דער [[בני יואל]].
 
האבענדיג געווען פון די [[שווארצע]] ביים לעבן פון [[סאטמער רב]]. זיי זענען געווארן אנגערופן "שווארצע" דורך דעם דעמאלסדיגן ראש הקהל פון סאטמאר, איז ער געווען פון די גרעסטע חסידים פון ברך משה, וואס כידוע האבן די אלגעמיינע סאטמארע פרומע און נאנטע צו פאוער זיך קעגן געשטעלט די ברך משה. אחוץ די פרומע שווארצע וואס זיי זענען געווען נרדפים פון אלטן הנהגה האבן זיי זיך געפרייט צו קענען צוריק קומען קיין סאטמאר.
 
אבער ביי די פרשה פון ווען די ברך משה האט געזאגט אויפן קאשוי רב אז ער איז משוגע האט ער זיך צוקריגט מיטן ברך משה און אנגעהויבן צו שטיצן די שונאים פון ברך משה צו יעדן געלעגנהייט אבער נאר באהאלטן ביז די סקול דיסטריקט פרשה איז אלעס ארויסגעקומן אויף די אפענקייט, ווען פורים כטוב לב המלך ביין בעת משתה היין, אינמיטן די באקאנטע הייסע קאכעניש, ווען דער רבי ר' [[משה טייטלבוים]] איז געווען גאר ברוגז אויף אים, האט אים דער ברך משה אנגערופן, א "פּגום". סאטמארער רבי האט גלייכצייטיג א צייג געטאן אויף זיין העמדל און זיך אויפגעמאכט אז ער האט '''אליינס געזעהן''' די מוטער פון ר' אברהם איז אויך אזוי געגאנגען בפריצות און אויסגעלאסן, (צו זאגן, דו בנו של פשוט טראץ ביסט א ת"ח ווי קומסטו צו זאגן דא פאר אונז דעות - אייניקלעך פון ישמח משה, וואס עס איז מקובל אז דער ישמח משה האט געזאגט אז אכצען דורות זענען שוין די משפחה קדושים וטהורים, - אויף דעם וואס ער האט ארוס גערעדט אנטגעגין דעם [[קרית יואל]] [[פאבליק סקול]]).
 
הצדיק ר' מאטעלע וויזניצער שליט"א, דערציילט אז ער געדענקט דעם פאטער פון ר' אברהם אין דער שטאט גראסווארדיין. ער איז געווען אן ערליכער איד און פלעגט הויך שרייען "יהא שמיה רבה".
 
צווישען קראנטע רבנים, איז באקאנט אז אויף ר' אברהם קען מען זיך פארלאזן אויף גאר האקעלע שאלות, - איין משל, אויף די שאלה צו חתונה האבען מיט מינקת חבירו, וואס עפ"י הלכה דארף מען ווארטן 2 יאהר, כ"ד חודש, אויב וועגען סיבות וויל מען חתונה האבען פריער, דארף מען האבען רשות פון גדולי הדור. צווישען גדולי הרבנים, '''רעכנט מען ר' אברהם'ן פון די גדולי הדור, אז ער איז א בר סמכא צו ענטפערען אויף די דאזיגע שאלה''', וואס אנדערע רבנים האבען מורא, שיקען זיי צו ר' אברהם. אבער זיינע חידים צייגן אן אז ער איז געווען דער גרסעטער פוסק ביי די לאבין עגונה פרשה.
מיט זיין שטארקן [[קנאות]] האט ער שוין אויפגערעגט אסאך אידן, איבערהויפט מיט זיין עקשנות'דיגן קאמף קעגן דעם [[קרית יואל סקול דיסטריקט]]. אבער ר' אברהם שרעקט זיך נישט, אזוי ווי עס שטייט ומרדכי לא יכרע ולא ישתחוה. זיינע קינדער היטן גאר שטארק אויף אים ווייל ער האט שוין געכאפט אמאל א [[נערווען בראך]] און לאזן אים נישט קעמפן עס געלונגט זיי נישט אייביג אים צוריקצוהאלטן, ווי למשל ער געבט עפנטליכע שטיצע פאר אלע פעולות פון [[נטורי קרתא]] אבער ווען די וועלט שרייט איז נישטא פון אים קיין צעטל אהער אדער אהין, ווי למשל די פרט פון זייער זיך צו טרעפן מיט אראפאט און אראבישע טעראריסטן, וואס ער הייסט בעל פה, אדער די מוחאות און פארשעמונגען קעגן [[הרב שטיינעמאן]] וואס ער הייסט בעל פה אבער נישט בכתב.
 
[[קאַטעגאָריע:רבנים|לייטנער]]
[[קאַטעגאָריע:וויליאמסבורג]]
[[קאטעגאריע:קנאים]]