אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אביגדור מילער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 139:
 
==[[מוסר]]==
ווען ער איז שוין געווען א גרויסער בחור, האט זיך זיין לעבן דראסטיש געטוישט אונטער די השפעה פון ר' [[יעקב יוסף הערמאן]] זצ"ל, וואס האט פארגעלערנט אן אומערלויבטער מוסר שמועס פאר 5 סעלעקטירטע מבקשים אין די דארמיטארי פון זיין צימער בין הסדרים אין ישיבה אוניווערסיטעט אין דעם ספר [[מסילת ישראים]] וואס בלויז ער פון די פינעף האט באקומען רשות זיך צו אריבערקריכן באהאלטענערהייט א ווינדאו פון א פייער עסקעיפ אז קיין איין בחור זאל אים נישט נאכטאן, איז ער צוזאמן מיט די גאנצע חבורה, געפארן לערנען דערנאך קיין [[סאלאבאדקע]] אין [[אייראָפּע]]. (הרב דעיוויס זצ"ל, פון פיקסוויל, און ר' מרדכי גיפטער זצ"ל, פון טעלז קליבלאנד, און נאך וואס איך געדענט ניטש זענען געווען די פינעף.)
=== [[קבלה]] ===
זייענדיג א [[ליטוואק]], און אויך א [[פיליזאף]], על דרך ושיטת ה[[רמב"ם]] און בעל [[חובת הלבבות]], איז ער געווען א גרויסער חסיד פון שכל. ער פלעגט נאר רעדן זאכן וואס האט געהאט מיטן שכל, מען האט קיינמאל נישט געהערט פון אים קיין קבלה'דיגע באגריפן פון זוהר, אבער זיינע זאכן דורכן שכל, האבן כמעט אלע געשטימט מיטן זוהר, די חסידים וואס פלעגן קומן צו זיינע שיעורים פלעגן אים אייביג פרעגן איבער העכערע מיסטישע באגריפן פון [[חז"ל]], פלעגט ער רוב מאל ענפערן אז די זאכן זענען משלים און רעיונות נישט פאקט.