אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "כאבאר"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
[[בילד:Bribery.JPG|left|thumb|250px|א קליענט שמירט אונטער א ריכטער אינטערן טיש]]שוחד מיינט נעמען אדער געבן כאבאר פאר א [[דיין]] אדער [[להבדיל]] א [[ריכטער]] פארן [[פסק]]'ענען א [[דין תורה]] אדער להבדיל א [[קאורט]] לויט די אייגענע אינטערעסען, נישט לויט די [[יושר]].
 
לויט די [[תורה]] איז נאר דא א [[איסור]] צו נעמען שוחד, אבער נישט צו געבן. עס ווערט דערציילט אז א [[גלח]] האט אמאל זיך מתווכח געווען מיט רבי ר' [[יהונתן אייבשיץ]] זצ"ל, אז די [[קריסטליכע]] [[רעליגיע]] האט בעסערע [[געזעצן]] בנוגע שוחד, ווייל לויט די קריסטליכע גלויבן טאר מען אפילו נישט געבן קיין שוחד, האט די רבי ר' יהונתן אים געענטפערט: אדרבא! לויט ענק וועט איינער וואס געט שוחד קיינמאל נישט פארציילען אז ער האט געגעבן שוחד, ווייל עס איז אויך זיין עולה, דעריבער וועט א ריכטער קיינמאל נישט מורא האבן צו נעמן שוחד ווייל ער ווייסט אז יענער לייגט זיך אין פעקל פונקט וואו ער אויב פארציילט ער, משא"כ ביי אונז אידען האט א דיין מורא צו נעמען שוחד, ווייל ער ווייסט אז דער געבער קען גלייך פארציילען וואס ער האט געטוהן, און עס איז נישט קיין שום אומרעכט פון זיין זייט.