אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קלינישע דעפרעסיע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נײַע אַרטיקל: דעפרעסיע איז א מצב פון שטארקן טרויער, עצבות, מרה-שחורה, אדער פארצווייפלונג וואס איז דערגאנגען א...
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 02:01, 12 מערץ 2007

דעפרעסיע איז א מצב פון שטארקן טרויער, עצבות, מרה-שחורה, אדער פארצווייפלונג וואס איז דערגאנגען אזוי ווייט, אז עס פארדרייט די געזעלשאפטלעכע פונקציאנירונג פון א מענטש אדער זיינע טאג טעגלעכע אקטיוויטעטן. די "קלינישע דעפרעסיע" איז א דיאגנאז פון א געזונט-פאכמענטש און איז אנדערש פון סתם דערשלאגנקייט.

לויט די קריטעריעס (געזעצן) פון די-עס-עם 4, דער הויפט-וועגווייזער פאר שטעלן פסיכיאטרישע דיאגנאזן, נעמט אריין די דעפרעסיע איינעם פון די פאלגנדיקע צוויי עלעמענטן במשך כאטש צוויי וואכן.

1. דעפרעמירט/דערשלאגן געמיט, אדער 2. פעלן פון הנאה (אנהעדאניע בלע"ז)

פארן דיאגנאז איז גענוג צו האבן איינעם פון די סימפטאמען צוזאמען מיט פינף פון די פאלגנדיקע רשימה במשך צוויי וואכן. דאס נעמט אריין:

  • געפילן פון עצבות אדער מורא, אדער דאס ניט קענען שפירן עמאציעס (ליידיקייט)
  • די פארקלענערונג פון אינטערעס/הנאה פון אלע, אדער כמעט אלע, טאג טעגלעכע טעטיקייטן
  • געביטענער אפעטיט, אדער ארויפ-/אראפגיין פון וואג
  • פארדרייטע שלאף-סדר אדער צופיל שלאפן
  • פארלאגזאמטע מוסקול-באוועגונגען כמעט יעדן טאג
  • פארמאטערטקייט, גייסטיק אדער פיזיש, אדער פארלירן כוח
  • שטארקע געפילן שולדיקייט, נערוועזקייט, הילפלאזיקייט, האפנונגסלאזיקייט, ווירדלאזיקייט, איינזאמקייט אדער פחד
  • שוואריקייטן קאנצענטרירן זיך, פוקוסירן זיך אדער בכלל פאמעלעך טראכטן, אריינגערעכנט זיכרון
  • כסדרדיק טראכטן פון טויט (ניט נאר מורא פארן טויט), חשק "זיך אוועקלייגן און שטארבן" אדער "אויפהערן אטעמען", כסדרדיקע געדאנקען פון זעלבסטמארד אן א פלאן, אדער א זעלבסטמארד-אטענטאט אדער פלאן צו נעמען זיך דאס לעבן