אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "תפילין"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 21:
|}
 
==של ראש און של יד==
==די בתים==
די תפילין איז א פאר פון צוויי קעסטלעך, די קעסטלעך רופן זיך "בתים", איינס קניפט מען אן אפען ארעם דאס רופט "של יד", דער צווייטע טוט מען אן אויפ קאפ, דאס רופט זיך "של ראש".
 
די סטראפס וואס בינדן אן די קעסטעלעך רופן זיך "רצועות".
 
די בתים דארפן זיין פונקטליך 4 עקנדיג, די ברייט די זעלבע ווי די לענג.
 
די של ראש און של יד זענען אנדערעש סיי אין די פרשיות סיי אין די בתים און סיי און די רצועות.
 
די של ראש האט אינווייניג אין די קעסטעל דריי מחיצות וואס ווערט דערפון פיר דינע שמאלע בתים און אינצווישן די מחיצות לייגט מען אריין א באזונדער פארמעט מיט א באזונדערע פרשה, יעדע פרשה ווערט עקסטער אפגעשריבן אויף א באזונדער שטיקל פארמעט.
 
אנדערש איז דער של יד, וואס מען שרייבט די פרשיות אויף איין לאנגע פארמעט און די קעסטל איז איין גרויסע קעסטל.
 
צו פאבריצירן בתים איז א פאך וואס רופט זיך א "בתים מאכער".
 
די של ראש איז סאך שווערער און קונצליכער צו מאכן ווי דער של יד, צוליב די קאמפליצירטקייט פון די מחיצות, און מ'מוז עס מאכן מיט איין שטיק לעדער.
 
צו מאכן דער של ראש, נעמט מען א שטיקל האלץ אויסגעשניטן פיר עקנדיג בערך אביסל קלענער ווי די בתים, דערנאך שנייט מען אריין דריי טיפע שניטן דורך אויס די לענג פון די האלץ, דערנאך נעמט מען הויט ווען עס איז נאך ווייעך אין פייכט און מדעקט עס איבער די האלץ און משטיפט אריין די הויט אין די דריי לעכער, דערנאך טוט מען אויגלעטן די הויט זאל זיין שיין עקענדיג, ווען די הויט איז שוין הארט און טריקן שלעפט מען ארויס די האלץ פון די הויט אזוי אטאמאטיש ווערט אונעם קעסטל פיר צימערן.
 
==רש"י און ר"ת==