אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "װיקיפּעדיע:קאטעגאריזאציע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: צוריקגעשטעלט מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
אין תקציר עריכה
טאַגן: צוריקגעשטעלט מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 9:
* ווען די קאטעגאריע עקזיסטירט נאך נישט, צי איז מעגלעך צו באשרייבן זי אין א פאראגראף אדער צוויי די טעמע פון דער קאטעגאריע?
* אז מ'גייט פון דער קאטעגאריע צום ארטיקל, צי איז קלאר פארוואס דער ארטיקל געהערט אין דער קאטעגאריע? צי איז די טעמע פון דער קאטעגאריע ארומגערעדט אינעם ארטיקל?
== וויאזוי צו קאטעגאריזירן אן ארטיקל==
צו קאטעגאריזירן אן ארטיקל אינעם וויזועל־רעדאקטירער דריקט מען דעם "בלאט אפציעס" קנעפל וואס געפונט זיך אויבן פון יעדן בלאט.
 
אין דעם קוואלטעקסט רעדאקטירער קאטעגאריזירט מען אן ארטיקל מיט איין (אדער מער ווי איין) קאטעגאריע דעקלאראציע(ס) אין קאנטיקע קלאמערן. למשל <nowiki>[[קאטעגאריע:רבנים]]</nowiki>—דאס שאפט אז דער ארטיקל געהערט צו דער קאטעגאריע [[:קאַטעגאָריע:רבנים|רבנים]]. אויב ס'איז דא עטלעכע דעקלאראציעס, שטעלט מען יעדע איינע אויף א באזונדערער שורה.
 
ביים פיסל פון בלאט וועט דערשיינען א לינק צו דער קאטעגאריע, און דאס קעפל פונעם ארטיקל וועט זיין אין א ליסטע אויפן קאטגעאריע בלאט. אין אמת'ן קען מען שטעלן די דעקלאראציע נאר וואו אינעם בלאט, אבער פראקטיש שטעלט מען זי ביים סוף (נאך '''זעט אויך''' און '''רעפערענצן''') פאר די שטומף מוסטערן.
 
אנדערש ווי א רשימה, ווערן די קאטעגאריעס דערהיינטיגט אויטאמאטיש.
 
==לייגן א קאטעגאריע אן ס'זאל זיך קאטעגאריזירן==
ווען מען וויל לייגן א לינק צו א קאטעגאריע בלאט, און נישט צורעכענען דעם בלאט צום ספעציפישן קאטעגאריע, דארף מען צולייגן א דאפלטע נקודה פאר'ן ווארט, אזוי: <nowiki>[[:קאטעגאריע:קליידונג]]</nowiki>.