אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם יצחק קאהן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
אין תקציר עריכה
שורה 1:
{{רב}}
[[בילד:Toldos Aharon.jpg|מרכז|180px|קליין| הרב אברהם יצחק קאהן האדמו"ר תולדות אהרן]]
 
רבי '''אברהם יצחק קאָהן''' ז"ל (געב' [[ו' טבת]] [[ה'תרע"ד]]-[[כ"ז כסלו]] [[ה'תשנ"ז]]), איז געווען דער גרינדער פון [[תולדות אהרן]] חסידות.
 
==געשיכטע==
רבי אברהם יצחק איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תרע"ו אין שטאט [[צפת]] צו זיין פאטער רבי אהרן דוד, און צו זיין מוטער מרת שיינדל ברכה. זיין מוטער איז געווען אן אייניקל פון רבי אברהם יצחק העלער (נאך וועמען ער האט געהייסן), א זון פון רבי [[שמואל העלער]] וועלכער איז געווען דער רב פון דער [[אשכנזים|אשכנזי'שעראשכנזישער]] קהילה אין צפת איבער פערציג יאר. אין זיינע קינדערישע יארן האט ער זיך אריבערגעצויגן צוזאמען מיט זיינע עלטערן אין [[טראנסילוואניע]]. דארט האט ער געלערנט צוזאמען מיט רבי ישראל פריינד פון הוניאד וועלכער איז געווען א זון פון רבי [[אברהם יהושע פריינד]], און אויכעט פלעגט ער לערנען א שטיקל צייט ביי [[רבי יהודה סג"ל ראזנער]] פון [[סעקלהיד]]. דערצו איז ער געווען א תלמיד פון [[יואל טייטלבוים|סאטמארער רב]] און איז געווען א גרויסער קנאי און פרומער. ער האט זיך שטארק אונטערגעווארפן דעם סאטמארער רב'ס א ווארט נישט גענומען קוויטלעך אין דער שטאט פון זיין רבין.
 
אין יאר [[ה'תש"ז]], נאך דער פטירה פון זיין שווער רבי [[אהרן ראטה]], האט די גרויסע מערהייט פון די חסידים אים אנגענומען אלס דער ממשיך פון זיין שווער, און נאר א קליינע צאל האבן אויסגעוועלט אין זיין שוואגער רבי [[אברהם חיים ראטה]] איבערצונעמען דער פירערשאפט. אין זיינע טעג האט דער תולדות אהרן הויף זיך אנגעהויבן צו בליען און ער האט פארברייטערט דאס חסידות פון א קליינעם קיבוץ צו א גרויסן חסידות, געלאזט מאכן נאך א מנין. אין זיינע לעצטע יארן צוליב די ענגשאפט אין ירושלים און צוליב די הויכע פרייזן פון דירות אין ירושלים האט ער געלאזט זיינע חסידים גיין וואוינען אין [[בית שמש]], וואו היינט צו טאגס וואוינען הונדערטער משפחות פון תולדות אהרן און [[תולדות אברהם יצחק]].