אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "העכסטע געריכט פון די פאראייניגטע שטאטן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט ' '''דאס העכסטע געריכט פון די פאראייניגטע שטאטן''' איז דאס העכסטע געריכט אלס די יוסטיץ א...'
 
מ קעפלעך הייבן אן מיט דריי "=" fix
 
שורה 1:
 
'''דאס העכסטע געריכט פון די פאראייניגטע שטאטן''' איז דאס [[העכסטע געריכט]] אלס די יוסטיץ אפטיילונג פון דער פעדעראלער רעגירונג. דאס געריכט סערווירט צו באלאנסירן די מאכטן פון די לעגיסלאטיווע און עקזעקיוטיווע אפטיילונגן און גיט די ענדגילטיגע באשלוס צו יעדע פראגע אדער קאמפיליצירטע פאליטיק וועלכע רירט אן דאס געזעץ. איינמאל א אורטייל ווערט געגעבן פון דעם העכסטן געריכט איז דאס א פאראייביגטער געזעץ און קיין איין געריכט קען דאס נישט טוישן אויסער די העכסטע געריכט אליינס.
שורה 11 ⟵ 10:
 
 
=== קוואליפיקאציע ===
דער [[פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן|פרעזידענט]] נאמינירט די ריכטער צו די העכסטע געריכט אויב איינער פון זיי רעטייערט אין זיין טערמין. זיין נאמינאציע דארף באשטעטיגט ווערן אין סענאט מיט א מאיאריטעט. געזעצליך קען דער פרעזידענט אויסוועלן וועמען ער וויל און יענער מוז נישט האבן קיין שום קוואליפיקאציעס. אבער וויבאלד די סענאט דארף באשטעטיגן דעם נאמינאציע מוז דאס זיין איינער וואס איז טויגליך צו דעם דזשאב.
 
שורה 18 ⟵ 17:
געווענליך זענען די ריכטער גענויגט צו פאליטיק אויף א געוויסן זין. טייל באלאנגן צו יוניאנס, טייל זענען געוועזענע גאווערנער אדער קאנגרעסלייט מיט א פאליטישע אויסקוק און איינער איז אפילו געווען א פרעזידענט. דאס איז געווען פרעזידענט האווערד טעפט (909' ביז 913') וועלכער איז געווארן דער הויפט ריכטער 8 יאר נאכ'ן פארלאזן דעם אוועל אפיס.
 
=== דער נאמינאציע פראצעדור ===
 
=== דער נאמינאציע פראצעדור ===
דער פרעזידענט און זיין שטאב האבן די ארבעט פון באשלוסן וועמען צו נאמינירן פאר דעם נייעם ריכטער. איינמאל דער פרעזידענט מאכט זיין באשלוס וועט ער אנרופן דעם קאנדידאט אויפ'ן טעלעפאן און גראטולירן פאר זיין/איר נאמינאציע. אבער ביי דעם פונקט איז מען נאך ווייט פון פארטיג. יעדע נאמינאציע דארף קומען אונטער א סענאט פארהער וועלכע איז זייער א שטרענגע פארהער אין וועלכע עס ווערן אויפגעדעקט אלע יארן פון דעם קאנדידאט און אלע זיינע/אירע פאליסיס, מעלות און חסרונות. נאכ'ן פארהער ווערן די רעזולטאטן איבערגעגעבן צו אלע סענאטארן און די סענאט גיט אפ א שטימע אויב יענער זאל יא אדער נישט באשטעטיגט ווערן.
 
שורה 28 ⟵ 26:
איינמאל דער פרעזידענט נאמינירט א קאנדידאט קען יענער דאס אקצעפטירן אדער אפזאגן. אין די פארגאנגנהייט האבן 7 נאמינאציעס זיך אפגעזאגט פון דעם אמט. אויב די נאמינאציע ברענגט ארויס קריטיק קען דער פרעזידענט אליינס אויך נאך אפזאגן זיין נאמינאציע און באשטימען א נייע אזוי לאנג ווי די סענאט פארהערן זענען נישט פאראיבער. אויב די סענאט ווארפט אפ א נאמינאציע דארף דער פרעזידענט אפירזוכן א נייע אבער ער קען אויך נאכאמאל נאמינירן דעם זעלבן מענטש אין א צווייטע פראבע. נארמאלערהייט פאסירט דאס נישט אבער אויב עס ווערן פונקט אפגעהאלטן וואלן און די סענאט טוישט זיצן קען זיך דאס אמאל יא לוינען. אין די היסטאריע האט אזא זאך איינמאל פאסירט אין יאר 836' ווען פרעזידענט ענדרו דזשעקסאן האט נאמינירט ראדזשער טעני און די סענאט האט דאס אפגעווארפן. אינדערצווישן איז אפגעהאלטן געווארן א סענאט עלעקציע און זיין פארטיי האט געווינען נאך עטליכע זיצן. דזשעקסאן האט פרובירט נאכאמאל און עס איז אים טאקע געלונגן.
 
=== די פאליטיק פון נאמינאציע ===
 
=== די פאליטיק פון נאמינאציע ===
א נאמינאציע גייט נישט אזוי פשוט וויבאלד דער פרעזידענט פרובירט ערוועלן איינער וואס איז גענויגט צו זיין פארטיי און די אנדערע פארטיי פרובירט דאס שטערן. אפילו אויב א נאמינאציע ווערט באשטעטיגט קען דאס אמאל שאטן פאר'ן פרעזידענט, ספעציעל אויב איז ער אין זיין ערשטן טערמין און וויל געווינען נאכאמאל. אין רוב פעלער קוקט מען בעיקר אויב דער קאנדידאט איז געשטימט צו דעם פרעזידענט'ס אידעלאגיע מיט א הויפט אישו. אויב דער פרעזידענט געניסט פון א מאיאריטעט סענאט קען ער דאס גרינגער דורכשטופן טראץ וואס די קעגנגעזעצטע פארטיי קען נוצן פיליבאסטערס צו שטערן א שטימע. אויב דער פרעזידענט געניסט נישט פון א מאיאריטעט סענאט דעמאלט וועט ער לכתחילה מוזן נאמינירן א מער מעסיגן קאנדידאט וועלכע האט די שאנסן באשטעטיגט צו ווערן.
 
שורה 38 ⟵ 35:
די העכסטע געריכט געביידע טראגט די אויסגעקריצטע ווערטער העכער איר אריינגאנג וועלכע ליינט זיך: ''"אייניגע גערעכטיקייט אונטער דאס געזעץ"'' און פאליטיק מעג נישט האבן דארט קיין מיינונג. אפילו דער עקסטרעמער ריכטער צו א פאליטישע אידעלאגיע וועט נוצן זיין לאגיק צו מאכן באשלוסן אפילו אויב דאס וועט מיינען א באשלוס וועלכע איז קעגן זיין אייגענע אידעלאגיע און קעגן די ווילן פון דעם פרעזידענט. אזא פאל איז פארגעקומען ביי די וואטערגעיט קאנטראווערסיע ווען די העכסטע געריכט האט געאורטיילט אז פרעזידענט ניקסאן מוז געזעצליך ארויסגעבן זיינע אייגענע טעיפס און קען נישט געניסן פון קיין עקזעקיוטיווע פריווילעגיעס אין אזא צייט. דריי פון די ריכטער וועלכע האבן געאורטיילט קעגן ניקסאן זענען באשטימט געווארן דורך אים.
 
=== די איינשווערונג ===
 
=== די איינשווערונג ===
איינמאל די סענאט באשטעטיגט א קאנדידאט פעלט נאר אויס די איינשווערונג ביז יענער הייבט אן זיצן אין געריכט. יעדע ריכטער באקומט צוויי איינשווערונגן, איינס אונטער פארמאכטע טירן און א צווייטע אין דער עפענטליכקייט. די ערשטע איינשווערונג איז א געריכטליכע און ווערט אפגעהאלטן צווישן די ריכטער. דער צווייטער איז אן אדמיניסטראציע איינשווערונג אין וועלכע פילע רעגירונג'ס באאמטע, און אויך דער פרעזידענט, באטייליגן זיך.
 
שורה 46 ⟵ 42:
איינמאל א ריכטער איז איינגעשוואוירן איז דאס א דזשאב פאר זיין/איר גאנצן לעבן אזוי לאנג ווי ער/זי רעטייערט, געווענליך צוליב געזונטהייט סיבות אדער פאמיליע.
 
=== היסטארישע דאטומען אין די העכסטע געריכט היסטאריע ===
 
=== היסטארישע דאטומען אין די העכסטע געריכט היסטאריע ===
דאס יאר 790' איז געווען די ערשטע מאל וואס די העכסטע געריכט האט אפגעהאלטן א סעסיע.