אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרום קאראליינע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 5:
צוליב איר נאטירלעכער שיינקייט, קומען אינעם שטאַט אסאך טוריסטן, ספעציעל צו [[מירטל פלאזשע]], טשארלסטאן און [[הילטאן העד אינזל]].
 
דרום קאראליינע איז געווארן א שטאַט אין [[1788]]. די [[עקאנאמיע]] איז געווען באזירט אויף [[לאנדווירטשאפט]], באוואוסט פאר [[באוול]], [[רייז]], [[אינדעך]], און [[טאביק]]. נאכן [[אמעריקאנער ברידערקריג]], האט דער שטאט פארלוירן אסאך פון זיין פאליטישע און עקאנאמישע קראַפֿט. אנטקעגן דעם סוף פונעם [[20סטער י"ה|20סטן יארהונדערט]], האט דער שטאט אנגעהויבן פארשטארקן זיין עקאנאמיע און פארמערן זיין באפעלקערונג. די הויפט אינדוסטריעס היינט זענען [[טוריזם]], [[טעקסטיל]] און [[פאבריקאציע]]. דרום קאראליינע האט די צווייטע גרעסטע צאָל ארבעטערס באשעפטיגט דורך אינטערנאציאלע פירמעס (לויט דער קאפצאל) אין די פאראייניגטע שטאטן.
 
דרום קאראליינע איז באגרענעצט צו צפון מיט [[צפון קאראליינע]], צו דרום און מערב מיט [[זשארזשיע (שטאט)|זשארזשיע]], אריבער דעם סאוואנע טייך, און צו מזרח איז דער [[אטלאנטישער אקעאן]].