אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מארינע גארדאן"
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ רעדאַקטירונגען פֿון 216.227.135.74 צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון פוילישער טאַג: צוריקדריי |
אין תקציר עריכה |
||
שורה 1:
'''מאַרינע גארדאן''' (געב' 11טן דעצעמבער 1917 - געשט' דעם 13טן דעצעמבער 2013) איז א יידישע קאָלאָראַטורע סאָפּראַן זינגערן.
==לעבן==
מארינע ("מאשע") גארדאן איז געבוירן געווארן דעם [[11טן דעצעמבער]] פון [[1917]] יאר אין [[מינסק]], [[ווייסרוסלאנד]] (היינט [[בעלארוס]]). זי איז געווען איינע פון אכט טעכטער פון יוסף און שיינדל גארדאן. זייער היים איז געווען באַוווסט מיט ליבע צו [[ייִדיש]]ע [[ליד]]ער,וואס די מיידלעך פלעגן ירשענען פון זייערע מאמעס. א חוץ איר אייגענער מאמע, האט די יונגע מאשע געהערט אזוינע מוסטערן פון פרויישן [[געזאנג]] ווי [[סאניע דרוקער]], די קינפטיקע פרימאדאנע פון מינסקער [[אפערע]], און [[ראזע פלאטקינע]], די אויספילערן פון יידישע [[פאלקס-לידער]].צו זעכצן יאר אלט,איז מאשע אנגענומען געווארן שטודירן געזאנג אין דער לערן-סטודיע פון מינסקער אָפּערעַ .דערנאָך זעצט זי פאר אירע שטודיעס אין דער מינסקער [[קאנסערוואטאריע]]. נאך שפעטער ווערט זי אויסגעוויילט צו לערנען אין דער שול פאר טעאטער און מוזיק אויף [[גלאזונאוו]]'ס נאמען אין [[מאסקווע]]. די דאזיקע שטודיעס האט זי באוויזן צו פארענדיקן ערשט נאך דער
==שאפן==
מארינע גארדאנ'ס [[פראפעסיאנעל]]ע טעטיקייט האט זיך אנגעהויבן מיט אויספילן פון מיטצייטיקע [[רוסיש]]ע און [[ווייסרוסיש]]ע [[זינגלידער]]. זי איז געווען די ערשטע אויסצופילן פיל לידער פון אזוינע ריזן פונעם סאוועטישן זינגליד ווי איסאאק (יצחק) דונאיעווסקי, יורי מיליוטין, די ברידער פאקראס. אין יאר [[1956]], נאך גרויסע מאטערנישן צו באקומען א דערלויבניש פון די [[סאוועטיש]]ע מאכטן, ווערט דורכגעפירט אין מאסקווע א קאנצערט פון יידישער [[ליטעראטור]] און [[מוזיק]] – צום ערשטן מאל נאך דער טרויעריק בארימטער "נאכט פון [[הרוגי לוביאנקע]]", וואס האט קולמינירט [[סטאלין]]'ס [[פאגראם]] איבער יידיש (נאר ניט געמאכט נאך דערצו קיין סוף). מאַרינע גארדאן האט זיך באטייליקט אין יענעם קאנצערט מיט עטלעכע מוסטערן פון יידישע לידער געשאפענע פון היינט צייטיקע יידישע [[קאמפאזיטאר]]ן אויף די ווערטער פון יידישע [[פאעט]]ן אינעם [[סאוועטן פארבאנד|ראטן-פארבאנד]]. זינט דעמאלסט זעצט זי פאר איר טעטיקייט צו פאפולאריזירן יידישע לידער געשאפענע פון אירע מיטצייטלער און פריינט – די קאמפאזיטארן [[לייב יאמפאלסקי]], [[לייב פולווער]], שמואל פאלאנסקי, שמואל סענדעריי און רבקה באיארסקע אויף די ווערטער פון די דיכטער [[מאטל גרוביאן]], שמואל ראסין,אהארון קושנעראוו, [[פרץ מארקיש]], אהרון ווערגעליס, [[לייב קוויטקא]] און אנדערע. א טייל פון די דאזיגע לידער האט מען רעקארדירט אין דער באגלייטונג פון פראמינירטע פיאנא-קאנצערטמייסטער (אריינגערעכנט [[דוד אשכנזי]] – דעם פאטער פונעם בארימטן פיאניסט [[וולאדימיר אשכנזי]]), ווי אויך אינסטרומענטאלע אנסאמבלען און א גרויסן [[ארקעסטער]] אונטער [[וועלוול טערלעצקי]]'ס לייטונג. מארינע גארדאנ'ס [[שטימע|שטים]] ציט צו צוליב איר "זילבערנער" קלארקייט און שטארקייט. איר [[דיקציע]] איז א מוסטערהאפטע. איר אוספילערישע מאניר צייכנט זיך אויס מיט א שטארקער מוזיקאלישקייט,ערנסטקייט און טיפקייט.
|