אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חנוכה שטעכעריי אין פארשעי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געעפנט א נייע בלאט
 
אין תקציר עריכה
שורה 1:
די '''חנוכה שטעכעריי''' איז א שוידערליכן [[אנטיסעמיטיזם|אנטיסעמיטישן]] אטאקע וואס איז פארגעקומען [[מוצאי שבת]] [[פרשת מקץ|מקץ]], [[ל' כסלו]], [[ה'תש"ף|תש"פ]] - [[28סטן דעצעמבער|Dec 28]], [[2019]], די זיבעטע נאכט [[חנוכה]], ווען אן [[אפריקאנער אמעריקאנער|אפריקאנער-אמעריקאנער]] פארשוין האט אריינגעשטורעמט אין די הויז פון רבי [[חיים לייביש ראטענבערג]], דער [[קאסאן פארשעי]] רבי, אין [[פארשעי]], א קליין שטילע געגנט, נעבן [[מאנסי|מאנסי,]] אין [[ראקלענד קאונטי]], בשעת דער רבי האט געהאלטן אינמיטן צינדן די [[מנורה]], און ער האט זיך ווילדערהייט גענומען שטעכן די אנוועזנדע אידן מיט א גרויסן לאנגן מאשעטי [[מעסער]].
 
פינף מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן, צוויי פון זיי אין קריטישע צושטאנד. איינער פון זיי [[יוסף ניימאן]], 72 יאר, וועלכער איז נפטר געווארן דריי חדשים נאך דעם אטאקע.
שורה 9:
אין די טעג נאך די אטאקע זענען פילע פאליטיקאנטן אראפגעקומען באזוכן אין דעם שול בפרט און אין מאנסי בכלל, אויסצודרוקן סימפאטיע און מיטגעפיל. ספעציעל האט גאווערנאר [[ענדרו קוואמא|ענדרו קאומא]] עטליכע מאל באזוכט.
 
== '''דער פארברעכער''' ==
דער פארברעכער, גרעפטאן טאמאס, 37 יאר, פון [[גרינוואוד לעיק]], פארמאגט א לאנגע היסטאריע פון גייסטישע קראנקייטן, און איז דיאגנאזירט געווארן מיט [[סקיצאפרעניע]].
 
שורה 16:
ער איז אנגעקלאגט געווארן אין געריכט מיט פינף קלאגעס פון [[מארד]] פרואוון און נאך עטליכע קלאגעס. גרויס אנטוישונג איז אבער געווען ווען דער ריכטער האט אים דערקלערט אלס נישט גענוג גייסטיש סטאביל צו קענען דורכמאכן א געהעריגע פראצעס, און ער איז אפגעפירט געווארן צו א גייסטישע אנשטאלט.
 
== '''א צווייטע אינצידענט''' ==
עטליכע וואכן בעפאר די שטעכעריי אטאקע איז פארגעקומען א צווייטן שטעכעריי אטאקע, ווען א היימישער אינגערמאן איז עטליכע מאל דערשטאכן און שווער פארוואונדעט געווארן, זייענדיג אויף זיין וועג צו דאווענען [[וותיקין|ותיקין]]. דער פארברעכער איז קיינמאל נישט געכאפט געווארן. אויספארשער האבן שפעקולירט אויב דאס איז דורכגעפירט געווארן דורך דער זעלבער פארברעכער, אבער עס איז קיינמאל נישט פעסטגעשטעלט געווארן.
 
== '''דרויסנדיגע וועבלינקען''' ==
[https://hamodia.com/2019/12/28/multiple-stabbings-forshay/ א באריכט] אויף [[המודיע]]
 
* [https://wwwhamodia.jta.orgcom/2019/12/28/united-states/multiple-stabbings-at-the-home-of-a-monsey-rabbiforshay/ א באריכט] אויף [[JTAהמודיע]]
* [https://hamodiawww.comjta.org/2019/12/28/united-states/multiple-stabbings-forshay/at-the-home-of-a-monsey-rabbi א באריכט] אויף [[המודיעJTA]]
 
* [[NBC]] [https://www.nbcnewyork.com/news/local/mass-stabbing-at-jewish-synagogue-in-rockland-county-ny-reports/2251668/ באריכטעט איבער די שטעכעריי]