אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רייט ברידער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נאך א סך צו טון דא
שורה 1:
{{רעווידירן}}{{מערערע בילדער
| align = left
| בילד1 = Orville Wright 1905-crop.jpg
שורה 54:
די ברידער האבן זיך געהאט איינגעטיילט ביי די טעסטס אז איינס מאכט ווילבאר און איינס אורוויל, אבער דורכאויס די צייט האט זיך ארויסגעוויזן אז אורוויל טויגט בעסער צו פירן די גליידער\פלייער ווי ווילבאר. און ווירקליך ביי די ערשטע טעסט מאנטאג דעצעמבער דעם 14'טען, מיט ווילבאר ביי די קאנטראלס, האט זיך עס נישט געהויבן נאר אנשטאט איינגעזונקען אין די ווייכע זאמד, שעדיגנדיג דערביי א חלק פון די פלייער'ס סטרוקטור.
צוויי טעג האט געדויערט דורצופירן די נויטיגע ריפעירס, און דאנערשטאג אינדערפרי 10:35 האט זיך אורוויל צוגעזעצט - אדער ענדערש "צוגעלייגט" לויט די דעמאלטסדיגע דיזיין - צו פילאטירן דעם פלייער, און די נס איז געשעהן! א גליידער מיט אן גאז-געטריבענעם ענדזשין וועלכער דרייט צוויי פראפעלערס האט זיך געהויבן אין די לופטן!
די רייזע האט נישט לאנג געדויערט, בלויז 12 סעקונדעס האט ער זיך געהאלטן אין די לופטן דעקנדיג א שטרעקע פון ארום 120 פיס, די 5 צושויער וועמען די ברידער האבן געברענגט מיטצוהאלטן זייערע טעסט כדי צו האבן עדות פון זייערע עררייכונגען, האבן בשום אופן נישט געקענט פארשטיין די אויסערגעווענליכע ענטוזיאזם וואס האט אנגעכאפט די ברידער נאך די סוקסעספולע פלייט. די רייט ברידער האבן אבער געוואוסט אז זיי האבן דא ענדליך געבראכן היסטאריע, זייער שווערע ארבעט פון יארן האט זיך ביי דעם שטאפל פולשטענדיג אויסגעצאלט! און צו די זייט האט זיי היפש געשמעקט אז זיי זענען געוואונען די געיעג נאך Powered-flight.
די Wrights האבן אבער געוואוסט אז זיי האבן דא ענדליך געבראכן היסטאריע, זייער שווערע ארבעט פון יארן האט זיך ביי דעם שטאפל פולשטענדיג אויסגעצאלט! און צו די זייט האט זיי היפש געשמעקט אז זיי זענען געוואונען די געיעג נאך Powered-flight.
זיי זענען דורכן טאג געפלויגן נאך דריי מאל, ווען ביי די פערטע מאל, האבן נאך 59 סעקונדעס, ווינטן אראפגעברענגט דעם פלייער און געמאכט אוממעגליך צו פליען אין איר א פיפטע מאל. אפילו פון די פערטע און לענגסטע פלייט האבן די פארזאמעלטע נישט געכאפט קיין גרויס התפעלות, אבער די ברידער זענען געווען זאט פאר דעם טאג.
ווען ס'זאל ווען זיין פריער אין דעם סעזאן וואלטן זיי ווען געפיקסט די מאשין און ווייטער געפלויגן דעם נעקסטן טאג אין איר, אבער היות זיי האבן פארשפראכן צו זיין אינדערהיים אויף די קראצמעך חגא (לאמיר נישט פארגעסן אז זייער טאטע איז געווען א קריסטליכע גלח) האבן זיי זיך געאיילט צו פאקן פעק און ריכטן די טריט צוריק קיין Dayton.