אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אילן רמון"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 21:
== ערשטער ישראלדיקער אַסטראָנויט ==
[[טעקע:Ilan Ramon, NASA photo portrait in orange suit.jpg|קליין|רמון אין נאָוועמבער 2001]]
דער לופֿטפֿלאָט האָט דערוויילט רמון צו ווערן דער ערשטער ישראלדיקער אַסטראָנויט, נאָך אַן אָפּמאַך צווישן ישראל און די פֿאַראײניקטע שטאַטן אין 1995 צו אייַנפֿאַסן אַן ישראלי אין אַ קאָסמאָס פֿלוג פֿון [[NASA]]. די [[ישראלישע קאסמאס אגענטור|ישראלישע קאָסמאָס אַגענטור]] האָט זיך געווענדטגעוואָנדן צוםצו דער לופֿטפֿלאָט מיט אַ באַפֿעל צו קלייבן דער באַטייליקטער, און אין 1997 איז רמון דערוויילט געוואָרן. אין 1998 האָט רמון זיך איבערגעקליבן צוםצו דעם אַסטראָנויטן-טרענירונג אַפּאַראַט אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן צוזאַמען מיט זיין משפחה - זיין ווייב [[רונה רמון|רונה]] און זייערע פֿיר קינדער. רמונ'ס טרענירונג איידער דער פֿלוג איז באַשערט געווען צו דויערן בערך אַ יאָר, אָבער NASA האָט אַ סאַך מאָל דחה געווען די צעשיקונג פֿון קאָלאָמביע.
 
אין זיין ראָלע ביים מיסיע STS-107 האָט רמון באַטייליקט אינעם אויספֿיר פֿונעם ישראלישער שטויב עקספּערימענט, וואָס איז פּלאַנירט געוואָרן ביים תל אַביבער אוניווערסיטעט צו פֿאָרשן דער אויסווירק פֿון זאַמד-שטורעמס אויפֿן [[מיטל מזרח]], און אויך אַנדערע עקספּערימענטן אין ביאָלאָגיע און פֿיזיק.