אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בארא פארק"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 8:
שוין אפאר מאל פארגעקומען דארטן געוואלדן ווען די פאליציי האט זיך לויט געוויסע נישט אויפגעפירט איידל ביים באהאנדעלן שטייף קרימינאלן, ווי ביי די [[גדון באש]] טויט. און ביי די [[שיק]] ארעסט. און פאר צענדליגע יאר צוריק.
 
=== פארכאפונג פון פאליציי סטאנציע ===
אין בארא פארק, ווען אידן זענען געווען אזוי אויפגעברויזט, אזש זיי האבן זיך אראפגעלאזט צו די 66סטע פריסינקט און איבערגענומען קאנטראל פון דער סטאנציע.
 
די איבערקערעניש האט זיך אנגעהויבן ב' כסלו תשל"ט, ווען אן עלטערער איד - איירווינג סאסמאן - איז ל"ע דערשטאכן געווארן צום טויט אין א רויבעריי, הי"ד. די אידן האבן שוין פון פריער געהאט פארלאנגט אז די פאליציי זאל צושטעלן מער וואך אין די אידישע גאסן, אבער האבן גע'טענה'ט אז זיי האבן נישט באקומען וואס עס האט זיך פארלאנגט.
 
יענעם פרייטיג צונאכטס, בעצם יום השבת, האבן זיך א געשאצטע צוויי ביז דריי טויזנט ״חרדי'שע״ אידן אראפגעלאזט צו די 66'סטע פריסינקט און גאר שנעל "ארויסגעזען" די אפיצירן, און טאטאל איבערגענומען די קאנטראל פון דער סטאנציע. זיי האבן געפלונדערט אלעס וואס זיי האבן געזען פאר די אויגן איבערלאזנדיג א חורבן אויף די ערשטע שטאק מיט צעבראכענע פענסטערס, טישן, בענקלעך און טייפרייטערס, אויסגעפליקטע טעלעפאן ליניעס, און גאנצע פעקלעך וויכטיגע פיילס אויסגעשפרייט אויף די גאנצע ארום. די פאליציי האט שפעטער געשאצט די שאדן צו בערך צען טויזנט דאלער.
 
במשך די כאאס, איז געווען שווערע קולות, און עס איז געגאנגען קלעפ אויף ביידע זייטן. אידן האבן אפן געשאסן שטיינער אום שבת קודש און געזייעט חורבנות ווי זיי האבן נאר געקענט אנקומען. די מאסן זענען געווען גאר אויפגעברויזט פאר די אומשולדיגע טויט פון דעם 65-יעריגער פלאמבער וואס איז אזוי טראגעדיש אומגעברענגט געווארן אויפ'ן וועג אהיים פון שול, קוים עטליכע גאסן פון די פריסינקט.
 
בערך זיבעציג מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן, מערסטנס (62) פאליציי אפיצירן, ווי אויך אן אסעמבלימאן וואס האט פרובירט צו בארואיגן די מאסן אבער איז באקלאפט געווארן דורך די פאליציי אין א מיספארשטענדעניש. זיי אלע זענען אפגעפירט געווארן צו מעמאנעדיס, קאני איילענד, קינגס קאונטי, לוטערן און מעטאדיסט שפיטעלער. מערסטענס זענען אפגעקומען מיט לייכטע ביז מילדע וואונדן, אבער כאטש צוויי אפיצירן זענען ערנסט פארוואנדעט געווארן פון פליענדע ציגל. קיינע ארעסטן זענען אויסגעפירן געווארן.
 
הרב ברוך גלאק - וואס האט דאן געדינט אלס מעיאר [[עד קאטש|קאטש'ס]] אידישע ליעיזאן - האט אויך געליטן וואונדן אין די קאפ, ווי אויף אסעמבלימאן שמואל הירש - א דעמאקראט פון די 48'סטע דיסטריקט.
 
אינמיטן די באלאגאן, האט א איד נעבעך געליטן א הארץ אטאקע, פון וואס ער איז ליידער שפעטער אוועק.
 
דער מעיאר האט זיך שפעטער יענע נאכט באוויזן אין פארנט פון די פריסינקט, און צוגעזאגט - אין א צעזעצטע אידישע - אז ער וועט אוועקשטעלן מער אפיצירן צו באוואכן די אידישע קווארטלען.
 
דער איין און צוואנציג יעריגער דזשאוס דזשולב און זיין זיבעצן יעהריגער ברידער דזשימי, זענען ביידע ארעסטירט געווארן און פארשיקט געווארן אין טורמע, און דער זעכצן יעריגער פידעל ריווערא איז פרייגעשפראכן געווארן.
 
==״שומר שבת״ שול ==