אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ראזא לוקסעמבורג"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
{{אישיות
| מקוםגעבורט לידהארט = זאַמאשטש, לובלינער גובערניע, קאנגרעס פוילן, רוסלענדישע אימפעריע
}}
 
שורה 8:
 
== לעבנסגעשיכטע ==
ראָזאַ לוקסעמבורג איז געבאָרן געוואָרן אין דערדעם שטעטל [[זאמאשטש|זאַמאָשטש]] אין [[פוילן|פּוילן]], צו אַ אידישער [[אויפקלערונג|אויפגעקלערטער]] משפחה. איר מוטער, לינע לעוונשטיין, איז געווען אַ פרומע אידענע, און זי פלעגט לייענען פיל רעליגיעזע ספרים פון וועלכע זי האָט געשעפּט חכמה קוואַלן. איר פאָטער אליהו לוקסעמבורג, האָט געהאַנדלט מיט האָלץ. אין שטוב האָט מען גערעדט [[דייטשיש|דײַטש]] און [[פויליש|פּויליש]], און אַלס קינד האָט זי אויך זיך געלערנט [[רוסיש]]. אין דער היים האָט מען געלייענט [[שיינע ליטעראטור|שיינע ליטעראַטור]], און מ'פלעגט פאַרפירן שמועסן וועגן אַקטועלע וועלט ענינים.
 
די משפחה האָט זיך אַריבערגעצויגן אין [[ווארשע|וואַרשע]], און ווען זי איז אַלט געווען פינף יאָר איז זי קראַנק געוואָרן אין אירע [[דיך|דיכן]], צוליב דעם האָט זי געדאַרפט ליגן אין בעט אַ לענגערע צײַט, און איר גאַנצן לעבן האָט זי שווער געהינקעט. אין די יאָרן 1880-1887 האָט זי געלערנט אין דער וואַרשעווער גימנאַזיע, און זי האָט זיך אויסגעצייכנט אין אירע לימודים. זי האָט זיך געהעריק אויסגעלערנט פיר [[שפראך|שפּראַכן]], און אין אַ יונגער עלטער האָט זי ליב געקראָגן די גערעדטע און געשריבענע שפּראַך. אין די יאָרן איז זי געוואָרן אַקטיוו אין פּוילישע לינקע רעוואָלוציאָנערע באַוועגונגען. מיט צוויי יאָר שפּעטער, אין 1889 איז זי אַנטלאָפן אין דער שווייץ, אויסמײַדנדיק דערמיט אַרעסט. דאָרט האָט זי שטודירט [[פילאסאפיע|פילאָזאָפיע]], [[היסטאריע|היסטאָריע]], [[פּאָליטיק]], [[עקאנאמיק|עקאָנאָמיק]] און [[מאַטעמאַטיק]] אינעם [[ציריכער אוניווערסיטעט]]. אין 1897 האָט זי געשריבן איר דאָקטאָראַט אין פּאָליטישער וויסנשאַפט וועגן דער טעמע „די אינדוסטריעלע אַנטוויקלונג פון פּוילן”.