אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ברוך גרינפעלד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
ארויף עכלייגט א בילד
ייחוס צו רבי שאול ליטשיקער
שורה 10:
 
== ביאגראפֿיע ==
ער איז געבוירן געווארן אין הומינא, [[סלאוואקיי|סלאוואַקיי]] (דעמאלט זעמפלען דיסטריקט, מלכות פון אונגארן) צו זיין פאטער החסיד ר' שאול יחזקאל גרינפֿעלד פון קורימא (זון פון דערר׳ יהושע העשיל גרינפֿעלד פון [[מיהאלאוויץ]], זון פון ר׳ משה גרינפֿעלד, א משפחהברודער פון [[שאול יחזקאל גרינפעלד|ר' שאול ליטשיקער]]) און צו זיין מאמע די צדיקית מרת חנה די טאכטער פון דעם חסיד המקובל ר' יעקב יצחק צימענט פון [[טערצעל]]. אלץ אַ יונג קינד, איז ער שוין געווען דערקענט דורך אַלע וואס האבן אים באגעגנט ווי א גאר פרוםמער און פֿלייסיגער תלמיד. ער האט געלערנט אין [[קליינווארדיין]] ביי דעם גדול בישראל, דער מחבר פון דער ספרים ערוגת הבושם, רבי [[משה גרינוואלד]] און איז באלד געווארן איינער פון די חשובער תלמידים דארט. רבי [[יחזקאל שרגא האלבערשטאם]], דער שינאווער רבי, האט זייער שטארק גערעדט פון ר' ברוך און האט אים געהאלטן אין א הויכע שטימע.
 
הרב ברוך גרינפעלד האט חתונה געהאט מיט רבקה וויינבערגער אין 1891 אין דער שטאט [[סטראפקאוו]] וואו עס האָט זיך דעמאלט געקליבן ארום אים עטליכע בחורי חמד וואס ער האט  מיט זיי געלערנט. עס איז געווען מעין א קליינע ישיבה. שפעטער איז ער געווארן דער דיין פון די שטאט שעבעש, פאטנעק אין הערמענשטאט, וואו ער האט געגרינדעט די ארטאדאקסישע ספרדישע קהילה. איידער ער איז געקומען קיין אמעריקא האט ער א קורצע תקופה האט ער געדינט אלץ דער רב פון קלויזענבורג (וואו ער איז אויך געווען אינסטרומענטאל אין גרינדן די ארטאדאקסישע ספרדישע קהילה).[[טעקע:Cif66def large.jpg|קליין|שער בלאט פונעם ספר אהל ברוך שיצא לאור בשנת תשל"ו לפ"ק]]אין 1923 האָט ער אימיגרירט צו די פארייניקטע שטאטן וואו ער האט געדינט אלץ דער רב אין [[סקראנטאן]], [[פענסילוועניע]], פיטסטאָן, פענסילוועניע, ווילקעס-בער, פענסילוועניע, די [[בראנקס|בראָנקס]], ניו יארק סיטי און דער אונטערשטער איסט סייד אין דער 52 קאַנאָן סטריט שול "קהלת אנשי ספרד אוסטריה ואונגריה". עס האט איהם שטארק צוטראגען וועגען די פוילקייט אין וועלכן מען האט געפירט תורה-אידישקייט און ער האט שטארק געקעמפט קעגען די דאזיגע פוילקייט. אין 1935 איז ער אריבערגעפארן קיין ירושלים עיה"ק און ביי זיין אנקומען האט מען אים פארגעשלאגן א צאל הויכע רבנישע הודעות אין דעם בית דין. אַזוי ווי אין דער פריערדיקער צייט אין זיין לעבן, האָט ער צוליב זיין גרויס עניוות אָפגעוואָרפֿן אזעלכע שטעלעס, אבער ער איז נאך אלעס געווען איינער פון די פירער פון דער [[עדה החרדית]].
שורה 18:
אויסער דעם וואס ער איז געווען באקאנט אלס א גרויסער תלמיד חכם, איז הרב גרינפעלד אויך געווען טאַלאַנטירט מוזיקאליש און א שיינער בעל תפילה און חזן. אין יאר תשי"ט האט מען געדרוקט זיינע גליונות אויף שו"ע או"ח אין דעם לעצטן באנד פון ערוגת הבשם על התורה. אין 1975 איז געדרוקט געוואָרן א ספר מיט א קליינער זאמלונג פון זיינע שריפטן אונטער דעם נאמען אהל ברוך.{{הערה|[http://www.otzar.org/book.asp?167971 אהל ברוך]}}
 
<br />רב ברוך איז אוועק י"א אייר שנת תשט"ז אין [[ירושלים]] און ער איז באהאלטן געווארן אין [[הר המנוחות]].[[טעקע:ציון הרב ר ברוך.jpg|קליין|ציון פון הרב ר' ברוך]]
[[טעקע:ציון הרב ר ברוך.jpg|קליין|ציון פון הרב ר' ברוך]]
<br />