אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "היינריך הימלער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 17:
אין יאָר 1928 האָט ער געהייראַט מאַרגאַרעטע באָדען, די טאָכטער פון אַ פּרײַסישן גוט באַזיצער. צום פּאָרל איז געבאָרן געוואָרן אַ טאָכטער, וועמען זיי האָבן אַ נאָמען געגעבן גודרון. דער זיווג איז ניט עולה־יפה געווען, און דער פּאָרל האָט זיך אָפּגעשיידט און גענומען לעבן באַזונדער.
 
נאָכדעם וואָס היטלער איז אַרויס פון טורמע, האָט ער באַגרינדעט אַ פּריוואַטע מיליציע וועלכע איז באַקאַנט געוואָרן ווי דער „[[עס עס|עס־עס]]”. צו ערשט, האָט דער עס־עס פאַרמאָגט עטלעכע צענדליקע מיטגלידער, און עס האָבן מיט עם אָנגעפירט פאַשידענע קאָמאַנדירן; ביז אין יאָר 1929 האָט היטלער פאַרבעטן הימלערן ער זאָל אָננעמען דעם אַמט. אין דער ערשטער צײַט, האָט עס געזאָלט הייסן אַז הימלער איז אונטעגעוואָרפן [[ערנסט רעהם|ערנסט רעהמען]], וועלכער איז געווען דער אָפיציעלער קאָמאַנדיר פון דעם [[עס עס|עס־עס]] און [[עס א|עס־אעס־אַ]]. ביז עטלעכע יאָר האָט די צאָל מיטגלידער געשטויגן צו 52,000 מאַן.
 
=== אין נאַצישער דײַטשלאַנד ביזן אויסברוך פון דער צווייטער וועלט־מלחמה ===