אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אנטווערפן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 77:
נאך דער [[חורבן אייראפע]] ווען כמעט די גאנצע יידישע געמיינדע פון אנטווערפן איז פארניכטעט געווארן, איז די שטאט געווארן א צענטער פאר ארטאדאקסישע יידן. בערך 15,000 [[חרדים|חרדישע]] יידן וואוינען אין דער שטאט, רובם ככולם [[חסידים]]. די שטאט האט דריי אפיציעלע קהילות: שומרי הדת (זייער רב איז הרב דוד משה ליבערמאן), מחזיקי הדת (זייער רב איז הרב אהרן שיף) און די פארטוגעזישע קהילה "בני משה". די מחזיקי הדת האט א נעצווערק פון כשרע קראמען (אויפן וועלכן זיי געבן אן השגחה), און נאך פארשידענע ארגאניזאציעס.
 
באזונדער פונקציאנירן אין שטאט פיהלע צענדליגע בתי מדרשים און שטיבלעך פון אלערליי שיכטן און קרייזן, דערונטער: דריי בתי מדרשים פון בעלזא (אריינגערעכנט חסידי בעלזא-מאכנבוקא), צוויי בתי מדרשים פון סאטמאר, צוויי בתי מדרשים פון באבוב, צוויי בתי מדרשים פון וויזניץ, סקווירא, גור, טשארטקוב, אלכסנדר, און נאך.
 
דאס [[פשעווארסק (הויף)|פשעווארסקער]] חסידות איז הויפטקווארטירט אין אנטווערפן, זינט שנת תשי"ח ווען הרה"ק רבי איציק'ל מפשעווארסק האט זיך אריבערגעצויגן פון פאריז. דערנאך האט דאס ממשיך געווען חתנו הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק, און לאחר פטירתו ביום ז"ך חשון תשנ"ט איז בנו יחידו כ"ק פשעווארסק'ער רבי נתעטר געווארן בכתר האדמורו"ת.