אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "לעאנארדא דא ווינטשי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין וועראקיא׳ס ווארשטאט
שורה 21:
=== וועראקיא׳ס ווארשטאט, 1466–1476 ===
אין די מיטעלע 1460ער יארן האט לעאנארדא׳ס פאמיליע זיך געצויגן אין פירענצע. לעאנארדא איז געווען א געזעלשאפטלעכער בחור וואס האט זיך אינטערעסירט אין [[מוזיק]], [[צייכענען]] און [[טעפעריי]]. זיין פאטער איז נתפעל געווארן פון זיין זונ׳ס ארבעט, און האט געוויזן די צייכענונגען פון דעם 14-יעריגן לעאנארדא צו איינעם פון די גרויסע קינסטלער פון יענער תקופה, דעם [[גאלדשמיד]], [[סקולפטור|סקולפטאר]] און [[מאלעריי|מאלער]] [[אנדרעא דעל וועראקיא]]. וועראקיא האט באלד באמערקט דעם טאלאנט פונעם יינגל און האט מסכים געווען אים אויפצונעמען ווי א לערניינגל אין זיין ווארשטאט אין [[פירענצע]] אין יאר [[1466]]. ווערוקיא׳ס ווערקשטעל איז געווען אין דעם אינטעלעטועלן צענטער פון דער שטאט וואס איז שפעטער גערופן דער "וויג פונעם [[רענעסאנס]]". אין יענער צייט האבן געארבעט פיל קינסטלער אין דער שטאט, צווישן זיי דער פילאסאף מרסיליא פֿיטשינא, דער מאטעמאטיקער פאולא דעל פּאצא טאסקאנעלִי, דער גרויסער געלערנטער [[לעאן באטיסטא אלבערטי]], דער אלטיטשקער סקולפטאר דאנאטעלא און די יונגע קינסטלער דאמעניקא גירלאנדאיא און סאנדרא באטיטשעלי. אין דער זעלבער צייט ווי לעאנארדא האבן באקומען פראקטיק אין ווערוקיא׳ס ווערקשטאל די באקאנטע קינסטלער פיעטרא פערודזשיא און לארענצא די קרעדי.
 
אין 1472, ווען ער איז געווען אלט 20, האט לעאנארדא זיך קוואליפיצירט ווי א מייסטער אין דער גילדיע פון סאנט לוק, די גילדיע פון קינסטלער און מעדיצין־דאקטוירים;{{efn|That Leonardo joined the guild by this time is deduced from the record of payment made to the Compagnia di San Luca in the company's register, Libro Rosso A, 1472–1520, Accademia di Belle Arti.<ref name=Chiesa83 />}} אבער אפילו נאך ווען זיין פאטער האט אים אויפגעשטעלט אין זיין אייגענעם ווארשטאט, איז ער געבליבן פארבונדן מיט וועראקיא און האט ווייטער קאלאבארירט מיט אים.<ref name="LB2" />{{sfn|Wallace|1972|p=13}} לעאנארדא׳ס ערשטע ווערק איז א 1473 צייכענונג פון דעם ארנא טאל, וואס ווערט גערעכנט די ערשטע ׳ריינע׳ לאנדשאפט אין די מערב־לענדער.{{efn|On the back he wrote: "I, staying with Anthony, am happy," possibly in reference to his father.}}<ref name="Polidoro" /> לויט וואסארי, איז דער יונגער לעאנארדא געווען דער ערשטער וואס האט פארגעשלאגן אז מען קען מאכן דעם טייך ארנא א שיפיגער קאנאל צווישן פירענצע און [[פיזע]].{{sfn|Wallace|1972|p=15}}
 
== לעאנארדא ווי א וויסנשאפטלער ==