אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ציפורי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 28:
פון די שפעטערדיקע רוימישע תקופה, געפונען מיר א גרויסע געגנט וואס ווערט גערופן די רוימישע שטאט, די גאסן לויפן געאמעטריש איינער פאראלעל צום צווייטן, ווען צוויי הויפט גאסן [[קארדא מאקסימוס]] לויפט פון צפון אויף דרום ריכטונג, און די [[דעקומאנוס מאקסימוס]] לויפט פון שטאט אריינגאנג אויף מזרח צו מערב ארויף צום בארג. ווען די קלענערע גאסן האקן דורך די צוויי גאסן ווי א נעץ. דארט וואו די הויפט גאסן טרעפן זיך איז פארהאן א [[פארום]], די שטאטישע מארקעט פונעם רוימישן שטאט צענטער, עס עזנען געפונען געווארן חלקים פון רוימישע בעדער געבויט אקוראט לויט די רוימישע בויעריי און מייסטערשאפט, אינאיינעם מיט מקוואות. די הויפט גאסן האבן טראטוארן און זענען קענטליך און מערקבאר ביז היינט מיט די שווערע שטיין און קריצן פון די וועגענער נאך פון דעמאלסט. אן אפלויף סיסטעם פאר שמוציגע וואסער, פון רעגן, בעדער און א פובליק בית כיסא, האט ארויסגעטראגן די וואסער אינדרויסן פון שטאט. די רוימישע שטאט האט אויך מקוואות אונטער די הייזער גענוי ווי די אלטע חלק פון שטאט.
 
די הויכפונקט פון דער ארכעאלאגיע איז די וואסער קאנאלן אריינצוברענגען פרישע וואסער אין שטאט, אנהייב איז דער שטייגער געווען וואסער גרובן, פריוואטע און ציבור'ישע וועלכע האבן באדינט דעם באפעלקערונג באנוץ, אבער ווען די שטאט איז געווארן גרויס און זיך פארשפרייט אראפ פונעם בארג, איז אונטערגענומען געווארן א מאסיווע בוי פראיעקט, פון אקוואדוקטן, וואסער איינריכטונגען וואס ברענגען דורך בריקן און בעיקר טונעלן, וואסער פונעם טאל, פון צוויי באזונדערע ערטער, אויף א רוטע וועלכע טרעפט זיך אינמיטן וועג, ווי עס לויפט אריין אין שטאט, און צעטיילט זיך, א טייל וואסער איז געהאלטן געווארן אין אן אונטערערדישע רעזערוואר, און די אנדערע טייל האט ארומגעקרייזט די שטאט ארום און ארום דעם בארג, פון וואו איינוווינער האבן געקענט שעפן וואסער אדער מער פארמעגליכע האבן געהאט וואסער אין זייער שטוב. צוליב טאפאגראפישע סיבות, האבן די איינוווינער אויפן בארג נישט געהאט קיין צוטריט צו די קאנאלן, וויבאלד, דער בארג איז הויך איבער 900300 פיסמעטער העכערן ים פלאך.
 
נאך פון דער רוימישער תקופה, זענען די פיל מטבעות וואס די שטאט האט געלאזט גיסן, פון אנהייב זענען זיי געווען יידישע מטבעות, אן צייכענונגען אדער בילדער פון פערזאנען אדער חיות, וואס אמאל שפעטער האבן די מטבעות אנטהאלטן קריצונגען פון די פארשידענע רוימישע קייסערן. מיט פארשידענע אויפשריפטן אין גריכיש, וועלכע ווידערהאלן דעם סלאגאן, אז ''ציפורי איז שטאט פון שלום.'' איין מטבע פון שטאט האט א קריצונג פון טיכא, די גאט פון מזל ביי די גריכישע מיטאלאגיע אינמיטן א געצנדינער טעמפל, וואס דאס איז א רעוואלוציע פאר א יידישע שטאט. מערערע טעאריעס זענען אויפגעברענגט געווארן אלס רעזולטאט פון די מטבעות, איבערן יידישקייט פונעם שטאט צוליב די מטבעות.