אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שבע ברכה ערנסטער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
אין תקציר עריכה
שורה 5:
 
== די צווייטע וועלט קריג ==
קורץ נאך דער ערשטער וועלט קריג, אין יאר תרע"ט, איז אונגארן געווארן צוטיילט, און גרויסווארדיין איז געווען אין דעם טייל וואס מ'האט געגעבן צו רומעניע. אבער אין ת"ש האט אונגארן צוריקגענומען גאנץ צפון [[זימבערגן]], וואו גרויסווארדיין געפינט זיך, און די גרויסע יידישע געמיינדע דארטן איז געקומען אונטער דער הערשאפט פון דער נאצי סימפאטיקער רעגירונג אין אונגארן. ווען די דייטשע רשעים האבן אויפגעשטעלט א געטא פאר די אונגארישע יידן, האט זי אנגעהויבן צו העלפן א סאך אידן מיט פארשאפן פאר זיי פאלשע דאקומענטן כדי זיי זאלן האבן די מעגליכקייט אוועקצולויפן פון אונטער די אכזריות'דיגע און ברוטאלע נעגל פון די [[נאציזם|נאציס]] ימח שמם. דערצו האט זי געהאלפן ארויסשמוגלען אירע חשובע עלטערן און אנדערע משפחה מיטגלידער פון לאנד און ראטעווען זיי פון טויט.
 
נאך דער צווייטער וועלט קריג האט זי חתונה געהאט מיט איהר חשוב׳ן מאן רבי [[משה ערנסטער]], און א קורצע צייט דערנאך זענען זיי ארויפגעקומען קיין [[ארץ ישראל]] און צוזאמען האבן זיי געגרינדעט און אויפגעשטעלט די קריות "מאור החיים" אין [[צפת]] און אין [[ירושלים]].