אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ליובאוויטש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏חבד שליח: פארראכטן טיפן־פעלער
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל־אנווענדונג רעדאַקטירונג רעדאקטירונג מיט אן אנדרויד־אפ
אין תקציר עריכה
שורה 25:
דער לעצטער ליובאוויטשער רבי ר' [[מנחם מענדל שניאורסאהן]] , האט שטענדיג זיך געמישט אין רעגירונג [[פאליסי]] ער פלעגט שרייבן און רעדן צו און פון [[פאליטיק]]. ער פלעגט שטורמען בשעת מלחמות אז מען זאל נישט פארהאנדעלן מיט [[אראבער]] און אז זיי פארשטייען בלויז דעם [[מיליטער|מיליטערישען]] פויסט. באזירט אויף דעם שולחן ערוך חלק אורח חיים סימן שכט האט ער געהאלטען אז צוריק געבען שטחים פון ארץ ישראל איז א סכנה פאר די מיליאנען אידן וואס לעבען דארט. זיין מיינונג האט נישט צו טאן געהאט מיט ציונות, נאר מיט פיקוח נפש. עס איז באקאנט זיין [[לאזונג]] פון "אף שעל" וואס האט שטענדיג געטריבן זיינע חסידים קעגן אלע אזוי גערופענע שלום פאליסיס ביזן היינטיגן טאג. ער האט אנגעזאגט זיינע חסידים נישט צו גיין אפיציעל מיט קיין מפלגות, נאר מען זאל שטימן - לויט די הוראה פון זיין הייליגן שווער, כ"ק אדמו"ר מהריי"ץ זיע"א אום תש"ח לפ"ק - פאר דעם "מערסט חרדישע פארטיי" "החרדית ביותר - לדבר ה' זה הלכה".
 
די אפיציעלע פאליסי זייערער איז אייביג געווען נישט זיך צו מישן אין [[פאליטיק]] אבער זייער רעכטער נויגונג האט זיי געטריבן דאס צו ברעכן און עס האט טאקע פיל געשטערט זייערע וואולטעטיגע קירוב ארבייטארבעט פון ופרצת.
 
דער לעצטער ליובאוויטשער רבי, כ"ק אדמו"ר ר' [[מנחם מענדל שניאורסאהן]] זצ"ל, פלעגט שטענדיג צו יעדער געלעגנהייט מאנען און פאדערן פון זיינע חסידים צו טאן פעולות צו ברענגן [[משיח]], און מחזק זיין די [[אמונה]] און ציפיה צו ביאת המשיח. ער פלעגט אפט מאל מאנען אז מען זאל טאקע מיינען אין הארצן און זיך אזוי פירן אין דער ווירקליכקייט לויט די [[ברכה]] פון [[שמונה עשרה]] "את צמח דוד עבדך '''מהרה''' תצמיח...כי לישועתך קיווינו '''כל היום'''". אויך האט ער איינגעפירט מען זאל לערנען אין [[רמב"ם]] די [[הלכה|הלכות]] פון [[גאולה]] און ימות המשיח, און פיל פון זיינע שיחות זענען געווען איבער דעם טעמע.