אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מנחם מענדיל האגער (בני ברק)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 8:
אין די לעצטע יארן האט רבי מענדיל אנגעהויבן צו פירן ווי אויך האט ער אנגעהויבן צו בויען מוסדות און געקויפט א א גרויסן שטח אין [[בני ברק]], און בויעט אויף בתי מדרשים אין ארץ ישראל און אין דער גאנצער וועלט. אויסער בני ברק, האט ער אויך מוסדות וואס געפונען זיך אין [[אשדוד]], [[אלעד]], [[ירושלים]], [[אנטווערפן]], [[וויליאמסבורג]], [[בארא פארק]], [[מאנסי]] און [[לאנדאן]]. צווישן זיינע פראמינענטע און מער בארימטע חסידים זענען אריינגערעכנט: הרב [[ישראל גרינבערגער]], רב פון דער וויזשניצער (רבי מענדל) קהילה אין [[פתח תקווה]] און [[אלעד]] און מחבר ספר שו"ת "שובה ישראל", דער עשיר און פילאנטראפ חיים שטערן פון [[קווינס]] און הרב שלמה שטיינמעץ פון [[וויליאמסבורג]].
 
אום חודש [[תמוז]] [[ה'תשע"ח]] האט רבי מענדיל געגעבן א [[דרשה]] פאר זיינע חסידים אין [[ניו יארק]], אויךאון אין ארץ ישראל אין וועלכער ער האט פארלאנגט פון זיינע חסידים צו האבן הונדערט פראצענט געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט צו אים, און ווער ס'איז קען נישט אויסהאלטן די ערפארדערונגען זאל ארויסנעמען זאפארט זיינע קינדער פון די מוסדות און זאל גייען זוכן פאר זיך אן אנדערע פלעצערפלאץ. ער האט געזאגט אז ער וויל נישט האבן קיין "באטשיס" (א ווארט וואס שטאמט אורשפרינגליך פון [[אונגאריש]] און מיינט פעטער, אבער האט אויך א צוזעצליכע באדייטונג - "קאלטע חסידים"), און אז די וואס ווילן בלייבן זיינע חסידים מוזן איהם פאלגן אהןאן קיין קושיות און בלינדערהייט און זיין זיינע "שווענץ" ("געטרייע הייסע חסידים"). די דרשה וואס האט געדויערט אומגעפער צוויי שטונדען האט פאראורזאכט א שטורעם אין דער גאנצער חרדישער וועלט און האט מיטגעשלעפט מיט זיך צאלרייכע רעאקציעס (די מערהייט פון זיי איז רעאקציעס וואס קריטיקירן אפ לכאורה די גאנצע התנהלות פונעם רבי'ן און פונעם הויף "מרכז חסידי וויזשניץ", און א חלק שילדערן און פארגלייכן דעם הויף צו א סעקטע, צוליב די שטרענגעעשטרענגע תקנות וואס זענען איינגעפירט דארט). דורכאויס דער דרשה האט רבי מענדיל געמאכט א ליד מיט די פאלגנדע ווערטער: "די שיטה הקדושה פונעם הייליגן ישועות משה, דהיינו שוואנצנות". ער האט באפוילן פאר זיינע חסידים צו זינגען דאס ליד אין פארזאמלונגען און אין יעדער אנדערער געלעגנהייט. שפעטער, איז דאס ליד פארשפרייט געווארן אומעטום, און ווערט היינט צו טאגס אפגעשפילט ביי פילצאליגע חתונות און אנדערע פאראנשטאלטונגען ארום דער חרדישער וועלט.
 
== זיין משפחה ==