אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עזריאל טויבער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 4:
 
== ביאגראפיע ==
ער איז דער עלטסטער ברודער פון ר' [[אבא חייא טויבער]] , ער איז געווען אמאל א גרויסער מיליאנער פון דימאנטס אין נאכדעם אומבאוועגלעכע גיטער. אבער האט זיך אריינגעלאזט אין עסקנות צו בויען אידישקייט און האט אלץ פארלוירן און אנגעזעצט, היינט איז ער שוין נישט די גרויסע גביר.
 
ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע פון עסקנות און פילאנטראפיע אין מוסדת [[וויזשניץ (הויף)|וויזשניץ]] [[מאנסי]], דערנאך איז ער געווארן גרויס אין [[סקווירא]], ער איז געפלויגן פון ביידע פלעצער ווען ער האט צופיל איינגעטיילט פאר די [[אדמורי"ם]], און ער האט גענומען זיין עשירות אויפצובויען אייגענע מוסדות, אונטערן נאמען [[מכון להוראה]] האט ער געגרינדעט א [[ישיבה]] און [[כולל]]. דער כולל איז היינט צוטאגס אן אנערקענטער [[בית דין]] אין מאנסי אונטער דער אנפירערשאפט פון זיין אינגסטער ברודער ר' [[יחיאל טויבער]]. און די ישיבה איז געגאנגען צום מנהל ר' [[אשר זעליג גרינבערגער]] ז"ל אין מאנסי. מיט איר נייעם נאמען [[שערי אפרים]] אויפן נאמען פון ר' אפרים אשרי ז"ל דער רב פון בית המדרש הגדול וואס ער איז דער שווער פון גרינבערגער.
 
אבער זיין איין איינציגער מפעל [[שלהבת]] שטייט נאך דאס האט ער געגרינדעט צו בויען אידישקייט איבער די וועלט דורך מאכן [[בעלי תשובה]].
שורה 14:
ער האט געשריבן פיל ספרים אויף דער ענגלישער שפראך אויפן סטיל פון זיין רבי ר' [[מיכאל בער ווייסמאנדל]] און באזירט אויפן [[מהר"ל פון פראג|מהר״ל מפראג]], דאס איז שוין איבערגעטייטשט אויף פילע שפראכן, און דאס צינד כסדר אונטער אסאך אידן דורכאויס די וועלט צו אידישקייט.
 
היינט איז ארויסגעקומען שוין מער ווי זעקס בענדער פין אלע מינע השקפה ספרים אין לשה"ק, איןאון עס איז
אזוי אויפגעכאפט אז מען האט עטליכע פיןפון די ספרים שוין איבער געדריקט.
 
היינט צוטאגס איז ער פארנומען ארום צו שפרייזן אין אלע מקומות הנדחים אוואו עס געפינען זיך נאר אפ א קבוצה אידן, איבערהויפט אין ארץ ישראל זיי צו מקרב זיין צו תורה ומצוות, ער איז א פייערדיגער רעדנער וואס קען רעדן זעקס זיבן שעה און א ציה און האלטן צוגעשמידט דעם עולם צוהערער מיט דראמאטישע עמאצינאלע מעשיות און משלים מיט פלאם פייערדיגע רעיונות.
שורה 22:
 
ר' עזריאל איז קודם געווען אין [[סקווירא]], שפעטער איז ער אנגעקומען קיין מאנסי, למעשה איז ער פיל עוסק אין קירוב רחוקים, ווי אויך אין קירוב קרובים, ווי ער איז מקרב צובראכענע נשמות צו אידישקייט, ער באווייזט אותות ומפותים אין דעם פעלד, בעיקר מיט זיינע שבתים אויף אידיש און אויף ענגליש.
 
 
== וועבלינקען==