אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מרדכי האגער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 33:
רבי מרדכי איז געבוירן אין יאר [[ה'תרפ"ב]] צו זיין פאטער, רבי [[חיים מאיר האגער]] פון [[וויזשניץ (שטעטל)|וויזשניץ]], און זיין מוטער מרת מרגליא, א טאכטער פון רבי [[וועלוועלע טווערסקי]] פון [[רחמיסטריווקא (הויף)|רחמיסטריווקא]]. זייט זיינע קינדערישע יארן איז ער געווען אנגעקניפט צו זיין זיידן רבי [[ישראל האגער (א)|ישראל האגער]] דער "אהבת ישראל". יונגערהייט האט ער איבערגעלאזט זיין פאטער'ס שטוב און געגאנגען לערנען א שטיקל צייט ביים [[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]] רבין, רבי [[יואל טייטלבוים]] וועמען ער האט פארעכנט פאר זיין רבין.
 
שפעטער איז ער אריין לערנען אין דער ישיבה פון הרה"ק בעל [[יוסף גרינוואלד|ויחי יוסף]] פון [[פאפא]] . אין די ביטערע קריגס-יארן, איז זיין טאטע דער אמרי חיים געראטעוועט געווארן מיט אלע קינדער בדרך נס. (א גרויסער אנטייל אין דער רעטונג פון דער משפחה האט גענומען די שוועסטער פונעם רבי'ן הרבנית מרת [[שבע ברכה ערנסטער]] דער רבי האט געפלוכטעט קיין [[בוקארעסט]], רומעניע, אום [[י”ט אייר]], א טאג נאך [[ל”ג בעומר]]. שפעטער, נאכדעם וואס האט ער איז שוין אנגעקומען צו א זיכערן ארט, פלעגט ער יעדעס יאר אפצייכנען די חשובע און אומפארגעסליכע געשעעניש און פראווען א לחיים טיש לכבוד דער הצלה און אומגעהויערע ניסים וואס דער אייבישטער האט געמאכט.
 
נאך דער קריג איז ער צוריק קיין גרויסווארדיין, וואו ער האט מרביץ תורה געווען פאר בחורים פליטים וועלכע האבן איבערגעלעבט דעם קריג, און אין זיי אריינגעבלאזן א פרישן חיות פון תורה און עבדות ה׳.
שורה 42:
ווען זיין שווער דער סקווערער רבי האט פארלאזט דעם מיט בלוט-געווייקטן [[אייראפע|אייראפעישן]] באדן, האט דער רבי זיך אנגעשלאסן און אינאיינעם אפגערייזט קיין אמעריקע, וואו איז אנגעקומען גענוי מיט זיבעציג יאר פאר זיין פטירה, ער”ח ניסן תש”ח. זאפארט נאך דעם אנקום קיין אמעריקע, האט דער רבי אנגעהויבן דינען אלס רב פאר די ארטיגע וויזשניצער חסידים, צום ערשט האט ער זיך באזעצט אין [[בארא פארק]], און נאכהער אין [[וויליאמסבורג]].
 
אין יענע יארן האט ער געוואוינט קעגנאיבער דעם הויז פונעם סאטמארער רבי הרה"ק רבי [[יואל טייטלבוים]], פון וועם איז ער איז געווען א תלמיד וחסיד מובהק, און דעריבער איז ער געווען אן אפטער גאסט ביים רבי’ן אין שטוב, און צומאל אפילו פארברענגט גאנצע נעכט בעניני השקפה, און גלייכפאלס האט ער אויך גענאסן פון אן אויסטערלישע הערצה און חביבות פונעם רבי'ן.
 
אין יאר [[ה'תשכ”ד]], האט דער רבי באשלאסן צו פארלאזן די שטאט, זעענדיג אז ישיבת כרכים קשה, און ס’איז שווער מחנך צו זיין דורות אין שטאט. טראץ וואס ס’איז געווען ביטער שווער, און ס׳האט אויסגעזען ווי אן אוממעגליכע זאך, האט דער רבי זיך אויפגעהויבן מיט א גרופע משפחות פון חסידים און זיך געצויגן קיין מאנסי, אין אפסטעיט ניו יארק, און דארט געגרינדעט א נייע שכונה פאר חסידי וויזשניץ. תמוז תשכ״ד איז אפיציעל באנייעט געווארן דאס נייע וויזשניצער שטעטל אין מאנסי.
שורה 48:
ביז ווען זיין פאטער דער אמרי חיים האט נאך געלעבט, פלעגט דער רבי פארן יעדעס יאר קיין ארץ ישראל, און דארט געדאוונט פאר’ן עמוד און געדינט אלס בעל תוקע.
 
אין [[ה'תשל"ב]], נאך דער פטירה פון זיין טאטן, זענען ביידע ברידער באקרוינט געווארן רביסרבי'ס. אין ארץ ישראל האט איבערגענומען דער פירערשאפט דער עלטערער ברודער, רבי [[משה יהושע האגער|משה יהושע]], און אין אמעריקע רבי מרדכי.
 
כ״ט אדר תשע״ח צופרי, איז ער נפטר געווארן אין שפיטאל אין [[מאנהעטן]], [[ניו יארק]], און באערדיגט געווארן אין [[בית החיים]] ד'קהל תורת חיים וויזשניץ מאנסי, אין א ריזיגער לוויה וואס איז ארויס פון בית המדרש הגדול לבוש מרדכי אין מאנסי. לויט דער [[צוואה]], זענען אלע זיינע זון זענען באקרוינט רביסאלס רבי'ס. <ref>http://www.bhol.co.il/126642/הצצה-ייחודית-שבעת-הממשיכים-מויזניץ-מונסי-שיוכתרו-לאדמורים.html</ref> יעדער אין זיין וואוינארט.
 
== הנהגות ==