אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ערד-פלאנעט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Removing Link GA template (handled by wikidata)
שורה 63:
די ערד גייט ארום דער זון ווייט 150 מיליאן ק"מ יעדע 365.2564 דורכשניטלעכע זון טעג, איין סידעריש יאר. פון ערד זעט אויס די זון צו רוקן מזרחדיק אין פארהעלטעניש צו די שטערן כמעט 1º א טאג.
 
די לבנה און ערד ארביטירן א געמיינזאמען באריצענטער יעדע 27.32&nbsp;טעג רעלאטיוו צו די הינטערגרונט שטערן. אז מען רעכנט מיט די ערד-לבנה סיסטעמ׳ס בשותפותדיקן ארביט ארום דער זון, איז דער פעריאד פון דעם סינאדישן מאנאט, פון מולד צו מולד, 29.53&nbsp;טעג. קוקנדיק פון דעם הימלישן צפון פאלוס, זענען די באוועגונג פון דער ערד, פון דער לבנה, און זייערע אַקס-ראטאציעס אלע [[קעגנזייגערדיק]]. אז מען קוקט פון אן אויסבליקפונקט איבער די צפון פאלוסן פון סיי די זון סיי די ערד, טוט די ערד ארביטירן אין א קעגנזייגערדיקער ריכטונג ארום דער זון. דער ערד׳ס אַקס איז אנגעבייגט עטלעכע 23.44&nbsp;גראד פון דעם פערפענדיקולאר צום ערד-זון פלוין (דער [[עקליפטיק]]), און דער ערד-לבנה פלוין איז אנגעבייגט ביז ±5.1&nbsp;גראד קעגן דעם ערד-זון פלוין. אן דעם אנבייג וואלט פאסירט א ליקוי יעדע צוויי וואכן, איין מאל א [[ליקוי לבנה]] און דאס אנדערע מאל א [[ליקוי חמה]].<ref name="earth_fact_sheet" /><ref name="moon_fact_sheet" />
 
=== סעזאנען ===