אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שאול ידידיה אלעזר טויב"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 10:
 
== רביסטעווע ==
נאך דער פטירה אין תרפ"א פון זיין פאטער דער [[ישראל טויב|דברי ישראל]] האט ער איבערגענומען די מאדזשיצער רעביסטעווע. א יאר נאכהער איז ער געווארן רב אין קראטשאוו[[קארטשעוו|קאָרטשעוו]], פוילן. אין תרפ״ט איז ער אריבער קיין [[אטוואצק]], א שטעטל איןנישט פוילןווייט פון קארטשעוו, וואו ער האט געפירט רוב יארן.
 
בשעת די רדיפות פון די [[נאצי]]ס איז ער אנטלאפן קיין [[ווילנא]], וואס איז דעמאלסט געווען אין [[ליטע]]. פון דארטן האט ער באקומען דערלויבניש צו פארן קיין [[יאפאן]] מיט אסאך אנדערע פליטים. צום סוף האבן א טייל מאדזשיצער חסידים מצליח געווען אריבערפירן זייער רבי קיין [[סאן פראנסיסקא]], פון וואנעט ער האט געצויגן קיין [[ברוקלין]], [[ניו יארק סיטי|ניו יארק]] אין ת"ש, וואו ער האט אנגעהוייבן צוריקשטעלן דאס מאדזשיצער חסידות. ער איז געווען א געראטענער פארפאסער פון ניגונים - במשך זיין לעבן האט ער מחבר געווען מער ווי 1000. ער האט געהאט א שטארקע תשוקה פאר ארץ ישראל און האט געוואנדערט דארטן אין תש"ז. ער האט נישט זוכה געווען צו לעבן לאנג אין ארץ ישראל. [[ט"ז כסלו]] [[ה'תש"ח]] איז ער נפטר געווארן. ער איז געווען דער לעצטער וואס מען האט באגראבן אויף [[הר הזיתים]] ביז מ'האט באפרייט דעם בית עולם דארט אין יאר תשכ"ז.