אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם אביגדור לאנדא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאפן דורך איבערזעצן דעם בלאט "אברהם אביגדור לנדא"
 
אין תקציר עריכה
שורה 3:
 
== לעבנסגעשיכטע ==
ער איז געבוירן געווארן אין [[פוילן]], צו רויזא ביילא און רבי יעקב יצחק דן לאנדא, סטריקאווער רבי . ווען ער איז געווארן אלט 13 יאר איז ער אריין לערנען אין [[ישיבת חכמי לובלין]]. ווען די  [[צווייטע וועלט-מלחמה]] האט אויסגעבראכן איז ער אנטלאפן אין  ו[[ווילנע|וילנע]], וואו ער איז געבליבן עטלעכע חדשים צוזאמען מיט דעם בריסקער רב, הרב [[יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק|יצחק זאב סאלאווייטשיק]].
 
אין יאר [[ה'תש"א]] ([[1941]]) איז ער ארויף קיין ארץ ישראל. זיינע עלטערן און נאך א סך פון זיין משפחה זענען אומגעקומען ביים חורבן. אין [[ה'תש"ו]] ([[1946]]) האט ער חתונה געהאט מיט חיה הדסה ווידיסלאווסקי, א טאכטער פון הרב מאיר ווידיסלאווסקי, אן אייניקל פונעם [[יצחק מאיר אלטער|חידושי הרי"מ]],  און גרינדער און מנהל פון די [[בית יעקב]] מוסדות אין [[חיפה]]. א שטיק צייט האט ער געוואוינט אין [[שערי חסד]] געגנט אין ירושלים און ער איז געווען פון די נאנטע תלמידים  פונעם [[יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק|בריסקער רב]]. אויך איז ער געווען נאנט צום טשעבינער רב, הרב [[דוב בעריש וויידנפעלד|דב בעריש וויידנפעלד]], וואס האט געוואוינט גאנץ נאענט.
שורה 13:
אין [[ה'תשמ"ו]] ([[1986]]) האט ער זיך געצויגן קיין [[בני ברק]] און האט דארטן אריבערגעפירט דעם הויפטקווארטיר פונעם חסידות. אין [[ה'תש"ן]] ([[1990]]) האט ער אויפגעשטעלט די "קול יעקב סטריקאוו" ישיבה, אויף זיין פאטער׳ס נאמען. פירן די ישיבה האבן זיינע איידעמעס: רבי משה שמואל שטערן - זון פון הרב יצחק יהודה שטערן, ביליצער רב, הרב ישעיהו פרענקל-תאומים - רב פון דעם קראקעווער בית מדרש אין בני ברק, און רבי דוד בראנדער - זון פון של רבי שלום בראנדער, וואס איז לאנגע יארן געווען דער בעלזער ראש ישיבה. אין [[ה'תשנ"ב]] ([[1992]]) האט מען געבויט א נייע שול אין ירושלים, מיט זיין עלטסן אייניקל רבי יעקב דן שטערן אלס רב.
 
ער איז נפטר געווארן [[ט"ז אלול|ט"ז באלול]] [[ה'תשס"א]], און באערדיגט אין [[הר המנוחות]].

ער האט איבערגעלאזט דריי טעכטער. ער האט נישט איבערגעלאזט א קלארער צוואה ווער זאל זיין זיין ממלא מקום, און זיינע חסידים האבן זיך צעטיילט. רוב פון די חסידים האבן מקבל געווען אלס רבי זיין יונגערן איידעם רבי דוד בראנדער, און טייל האבן געקריינט זיין אייניקל רבי יעקב דן שטרען וואס פירט זיין חצר אין ירושלים.
 
{{גרונטסארטיר:לאנדא,אברהם אביגדור}}
[[קאַטעגאָריע:פוילישע אדמורי"ם]]
[[קאַטעגאָריע:אדמורי"ם אין ארץ ישראל]]
[[קאַטעגאָריע:רבנים פון בני ברק]]