אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יעקב בעקנשטיין"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 3:
== ביאגראפיע ==
בעקנשטיין איז געבוירן געווארן אין מעקסיקע אין א פרומער יידישער משפחה צו זיינע עלטערן יוסף און אסתר (געבוירן וולאדאסלאוואצקי), פוילישע יידן וואס האבן אימיגרירט אין מעקסיקא. אין זיינע קינדווייזע יארן האט ער אימיגרירט מיט זיין פאמיליע אין די [[פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע|פאראייניגטע שטאטן]]. ער האט שטודירט [[כעמיע]] איין יאר אינעם ברוקלינער פאליטעכניק אינסטיטוט, אבער דערנאך האט ער פארטגעזעצט מיט אן ערשטן דיפלאם אין פיזיק.
 
== הויפט ביישטערונגען צו פיזיק ==
אין 1972, איז בעקנשטיין געווען דער ערשטער וואס האט פארגעשלאגן אז שווארצע לעכער זאלן האבן א גוט-דעפינירטע [[ענטראפיע]]. ער האט געשריבן אז די ענטראפיע פון א שווארצן לאך איז פראפארציאנעל צום עווענט־האריזאנט פונעם שווארצן לאך. אויך האט בעקנשטיין פארמולירט דעם גענעראליזירטן צווייטן געזעץ פון טערמאדינאמיק , [[שווארצער-לאך טערמאדינאמיק]] , פאר סיסטעמען וואס שליסן איין שווארצע לעכער.  די ביידע ביישטייערונגען זענען געווארן באשטימט ווען [[סטיווען האקינג|סטיוון האקינג]] (און, אומאפעהענגיק, זעלדאוויטש און אנדערע) האבן פארגעשלאגן דעם עקזיסטענץ פון [[האקינג שטראלונג]] צוויי יאר נאכהער. לכתחילה האט האקינג דערקעגנט בעקנשטיינ׳ס סברה מיט דער טענה אז א שווארצער לאך קען נישט שטראלן ענערגיע און דערפאר קען נישט האבן קיין ענטראפיע.<ref>Overbye, Dennis, Jacob Bekenstein, Physicist, dies at 68; revolutionized the study of black holes, New York Times, August 22, 2015, p.B7</ref><ref>{{cite news|last=Levi Julian|first=Hana|title='40 Years of Black Hole Thermodynamics' in Jerusalem|url=http://www.israelnationalnews.com/News/News.aspx/159585#.UErd_yJipNs|accessdate=8טן סעפטעמבער, 2012|publisher=[[ערוץ שבע]]|date=3טן סעפטעמבער, 2012}}</ref> אין 1974, אבער, האט האקינג אויסגעפירט א לאנגן חשבון וואס האט אים איבערגעצייגט אז טיילכעלעך קומען יא ארויס פון שווארצע לעכער. היינט ווערט דאס גערופן בעקנשטיין-האקינג שטראלונג. בעקנשטיינ׳ס דאקטאר־עצה געבער, דזשאן ארטשיבאלד ווילער האט אויך געארבעט מיט אים צו אנטוויקלען דעם קיין-האר טעארעם, א רעפערענץ צו וואס ווילער האט געזאגט אין די פרי 1970ער יארן אז "שווארצע לעכער האבן נישט קיין האר".<ref>''The Big Bang: A View from the 21st Century'' (2003) by David M. Harland, pp. 227–8, {{ISBN|978-1852337131}}</ref> בעקנשטיין איז געווען דער ערשטער פיזיקער פארצושלאגן אזא טעארעם.
 
== רעפערענצן ==