אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אייזיק ניוטאן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 35:
== פארשונג אין נאטור-וויסנשאפט און פילאסאפיע ==
=== אפטיק ===
 
[[טעקע:Dispersive Prism Illustration.jpg|קליין|250px|אילוסטראציע פון ניוטאנ׳ס צעשפרייטונג עקספערימענט]]
 
אין 1666, האט ניוטאן אויסגעפירט זיין בארימטן [[צעשפרייטונג]] עקספערימענט, וואו ער האט אנטפלעקט דעם [[ספעקטרום]] פון קאלירן וואס קומען ארויס פון א [[פריזמע]] וואס איז געשטעלט ביים [[מינימום אפנייג]] {{ענ|minimum deviation}} ווינקל איז ציגלפארמיג (גראדעקיג) (ד״ה דער סנאפ ליכט וואס קומט ארויס טוט זיך נישט צעצווייגן אדער אריינקערעוון) אויך ווען דער סנאפ ליכט וואס קומט אריין איז קאנוסדיק און לכאורה דארף דאס ליכט ארויסקומען קיילעכדיג. ניוטאן האט פארשטאנען אז אזוי ווי ביים מינימום אפנייג ווערן אלע אריינקומענדיגע שטראלן גענייגט דורכן זעלבן ווינקל - צוליבן לאקאלן מינימום, וואלט דאס ליכט געדארפט ארויסקומען אין א קיילכדיגן סנאפ, און אזוי ווי דער עקספערימענט קומט אויס אנדערש, איז דער איינציגער געהעריגער הסבר אז די פריזמע נייגט די פארשידענע קאלירן דורך פארשידענע ווינקלען. ניוטאן האט אויסגעדרונען פונעם עקספערימענט אז דער קאליר פון ליכט (און קאליר אין אלגעמיין) איז אן אינערלעכע אייגנשאפט פון ליכט, נישט אזוי ווי אלע האבן געהאלטן אין יענע צייטן אז די פריזמע שטעלט צו קאלירן צום ווייסן ליכט.
 
=== מעכאניק ===
==== געזעצן פון באוועגונג ====