אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "כינע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 344:
די כינעזער איינוואוינער זענען געכאפט געווארן אין שאק וואספארא מאדנע נייע געזעצן זענען איינגעשטעלט געווארן אין לאנד, א טייל פון זיי בנוגע רעליגיע. די קאמוניסטן האבן געוואלט האבן אלע מיינונגען פון אלע איינוואוינער אייניג און האבן אפילו ארויסגעשיקט מיסיאנערן אויסער כינע צוריקצוברענגן טייל פון אירע אנטלאפענע סיטיזענס אדער כאטש אנצוהאלטן די רעליגיע צווישן זיי. די רעגירונג האט צוביסלעך אנגעהויבן איבערנעמען קאנטראל אין אלע אספעקטן, נאכגייענדיג די קאמוניסטישע מאדעל פון דעם רוסישן פירער לענין. יעדן טאג זענען ארויסגעקומען פרישע גזירות און די סיטיזענס זענען געווארן שטארק אונטערדרוקט סיי אין ביזנעס און סיי אין פאמיליע לעבן. די רעגירונג האט אראפגעשטעלט א 5 יעריגע עקאנאמיע פלאן און איבערגענומען די קאנטראל אין בעלות'שאפט פון אלע ביזנעסער, גיבנדיג זיי א יערליכן פלאן פאר פראדוקציע, אפגעזען צי עס לוינט זיך אדער נישט. (מער וועגן די קאמוניסטישע געפלאנטע עקאנאמיע האבן מיר דערמאנט ביי "עקאנאמיע").
 
=== די בירגער קריטיקירן ===
 
ווען די קאמוניסטישע פארטיי האט קאמפיינט פאר קאמוניזם האט דאס אלגעמיינע פאלק פארשטאנען אז די קאמוניסטישע עקאנאמיע פלאן איז דער בעסטער וועג אויפצובויען די עקאנאמיע לויט דעם לאנד'ס דעמאלטדיגע מצב. קיינער האט זיך אבער נישט פארגעשטעלט וואס עס ליגט אונטער דעם טיטול קאמוניזם און וואספארא טויש עס וועט מאכן אין זייער לעבנ'ס סטיל. קריטיקירן איז אבער נישט געקומען אין באטראכט ווייל די רעגירונג האט שטארק באשטראפט די וואס האבן זיך פרובירט הייבן דעם קאפ.
 
די קריטיקיזם איז אבער דאך נישט געבליבן אונטער די ליפן און האט דעגרייכט די רעגירונג'ס אויערן. דער דעמאלטדיגער פירער מאא זידאנג האט איינגעזען אז מיט די קריטיקיזם פון זיינע אייגענע סיטיזענס וועט מען נישט קענען אויפבויען דאס לאנד און האט באשלאסן צו געבן די מעגליכקייט פאר די מענטשן זיך צו עפענען זייער מיילער און זאגן וואס זיי טראכטן וועגן די נייע רעגירונג. זיין קאמפיין האט ער נאמינירט אלס "לאזט הונדערט בלומען וואקסן", וואס האט געזאלט מיינען אז די רעגירונג וויל פארשטערקערן איר שייכות צו אירע בירגער. מאא האט געהאלטן אז די רעגירונג'ס לייט, וועלכע זענען אנגעקומען מיט א גוטן ווילן אויפצובויען די רעגירונג זענען מיט דער צייט געווארן אויטאריטעטישע ביוראקראטן. עס זענען געמאכט געווארן ספעציעלע קלאסן וואו רעגירונג'ס אפישעלס האבן אויסגעפרעגט די בירגער וואס זיי האבן צו זאגן. די כינעזער האבן זיך נישט צוריקגעהאלטן און אפען קריטיקירט די גאנצע קאמוניסטישע סיסטעם און געבעטן פרייהייט. זעענדיג זיך אן א וועג ארויס האט די רעגירונג פארמאכט דעם קאמפיין און באשטראפט א האלב מיליאן מענטשן פאר זייערע אנטי קאמוניסטישע סטעיטמענטס. רוב פון זיי האבן פארלוירן זייערע דזשאבסשטעלעס און טייל אויך זייער פרייהייט...
 
== נישט גוטע יארן ==
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/כינע"