אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "וואלפסבערג"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 33:
 
אין [[1716]], 170 הייזער אין וואלפסבערג זענען גענצליך פארניכטעט געווארן אין א שרעקליכער שריפה. אין יאר [[1759]], וואלפסבערג, צוזאמען אינאיינעם מיט די אנדערע באזיצונגען פון דעם באבענבערגער הויז, זענען אפגעקויפט געווארן דורך די [[האפסבורגער הויז|האפסבורגערס]]. נאכדעם וואס דער פארקויף און דער אנוואקס פון וויינשטאקן האט זיך היפש רעדוצירט זענען אייזן-האנדל און פאראבעטונג שטארק אויפגעשטיגן און געווארן די וויכטיגסטע ווירטשאפט צווייגן פון דער שטאט. אין יאר 1780 האט פראנץ פאול פון הערבס געגרינדעט אין וואלפסבערג א פאבריק פון בלייווייס. אין 1846 האט דער גראף הוגא הענקל פון דאנערסמארק באקומען די הערשאפט איבער דער שטאט און האט פארוואנדלט דעם שלאס אין א [[גרויסע בריטאניע|ענגליש]] - טודארסטיל שלאס.
 
דורך דער [[צווייטע וועלט קריג|צווייטער וועלט קריג]] האט זיך געפינען דארט א קריג-געפאנגענע לאגער מיט אומגעפער 35 מאנשאפט מיטגלידער און איבער 7,000 געפאנגענע פון [[פוילן]], [[האלאנד]], [[פראנקרייך]], [[בעלגיע]], [[יוגאסלאוויע]], [[סאוועטן פארבאנד]], [[ענגלאנד]], [[קאנאדע]] און [[איטאליע]].
אין [[18טן דעצעמבער]] [[1944]] זענען 46 געפאנגענע מיט נאך דריי בירגער אומגעברענגט געווארן דורך א העפטיגן באמבעס אנגריף. נאך דער ענדע פון דעם בריטישן באזעצונג דאס פלאץ פלעגט באדינען אלס דער וויכטיגסטער אינטערנירונג-לאגער וואו פיזיש-שוואכע ארעסטאנטן פון דעם בריטישן באזעצונג געגנטער זענען געהאלטן געווארן. שפעטער האט מען ארעסטירט און אהין געברענגט ארום 3,000-4,000 קריג פארברעכערס און מענטשן וואס האבן געהערט צו נאצי ארגאניזאציעס. אין [[1948]] איז דער לאגער איבערגעגעבן געווארן צו די עסטרייכישע באהערדן.
 
{{יתום}}