אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דייטש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏וויקיפּעדיע: פארראכטן טיפן־פעלער
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל־אנווענדונג רעדאַקטירונג
מאין תקציר עריכה
שורה 3:
'''דײַטש''' אָדער '''דײַטשיש''' (''Deutsch - דויטש'') איז אַן אינדאָ־אייראָפּעאישע [[שפּראַך]] וואָס מען רעדט אין עטלעכע לענדער. דײַטש איז איינע פון די פּאָפּולערסטע שפּראַכן אין דער גאָרער וועלט. עס ווערט גערעדט ווי [[מוטערשפראך]] פון איבער הונדערט מיליאָן מענטשן.
 
דײַטש איז די פּרינציפּיעלע און אָפֿיציעלע שפּראַך פון [[דײַטשלאַנד]], [[עסטרײַך]] און [[ליכטנשטיין]] און איינע פון די אָפֿיציעלע שפּראַכן אין דער [[שווייץ|שווײַץ]] און [[לוקסעמבורג]]. די שפּראַך איז זייער אַ כלערלייאיקע: ס׳איז דאָ אַ סך [[דיאלעקט|דיאַלעקטן]]. פונדעסטוועגן, ס׳איז אַ באַשטימטע נאָרמע, וואָס הייסט הויך־דײַטש, אָדער קאָרעקטער געזאָגט סטאַנדאַרט דײַטש. די נאָרמע ווערט באַניצט אין שולעס, אוניווערסיטעטן, פֿאַר אָפֿיציעלע דאָקומענטן, אין אַלע [[מלוכה|מלוכישע]] אינסטיטוציעס און אין [[מאַסן מעדיע]] און [[ליטעראַטור]]. דעם הויך־דײַטש לערנען אויסלענדער אַלס אַ פרעמדע שפּראַך בײַ שפּראַך קורסן. די דײַטש־שפּראַכיקע לייט רעדן הויך־דײַטש אָדער אַ דיאַלעקט אָדער ביידע. אין שטעט רעדן מענטשן בדרך־כלל הויך־דײַטשיש, צומאָל מיט קליינע לאָקאַלע וואַריאַציעס. לדוגמא, די נאָרמעס אין [[דײַטשלאַנד]], [[עסטרײַך]] און דער [[שווייץ|שווײַץ]] צייכענען זיך אויס אין באַנוצונגען פֿון עטלעכע ווערטער און אויסדריקן.
 
די כלערלייאיקייט פֿון דײַטש שטאַמט פֿון לפי־ערך אַנומלטיקער פאָרמירונג פֿון דער נאָרמע. סטאַנדאַרט דײַטש איז אַ פּועל יוצא פֿון אַ טיילווײַז באַוואוסטזיניקער אַנטוויקלונג פֿון [[מיטל הויך דייטש]] און עטלעכע וואַריאַנטן פֿון דער דאָזיקער [[מיטל־עלטער]]ישער שפּראַך זענען געווען די מקורות אויך פאַרן גערמאַנישן קאָמפּאָנענט פֿון דער [[יידיש]]ער שפּראַך.