אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משה פשעווארסקער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מאין תקציר עריכה
שורה 8:
 
== זיין שוואכקייט==
 
 
דער רבי ר' משה פשעווארסקער זי"ע איז געווען בטבעו א געוואלדיגער חלוש. מען האט דאס נאך געקענט זען פון זיין מצבה אויף זיין קבר אין פשעווארסק, אז זיי גאנצער קערפער געבוי איז געווען נישט גרעסער ווי פון א זיבען יעריג קינד, טראץ דעם איז ער געווען א געוואלדיגער עובד השם , און זיין עבודה איז געווען מיט אן אומנאטורליכע יגיעה העכער אלע מענטשליכע באגריפן. האט ער אמאל געשיקט זיינס א זון ער זאל פארן אויף שבת צום רבי'ן פון לובלין דער חוזה זי"ע .
שורה 24 ⟵ 23:
ווען דער אור פני משה האט דאס געהערט איז ער געבליבען שטיין פארוואונדערט און האט געזאגט יעצט זע איך אז דער צדיק האט מרגיש געווען דארט ביים אים אין שטאט אלעס וואס עס האט זיך מיט מיר אפגעשפילט יענע נאכט !
 
האט דער אור פני משה גענומען דערציילעןדערציילן זאלסט וויסן מיין זון אז אזוי ווי ליל שבת קודש איז דאך די ענדע פון דידער וואך דארף זיך א מענטש דעמאלט מאכעןמאכן א חשבון הנפש און זען וואס ער האט אפגעטוהן די וואך , ווי אזוי ער האט אפגעראכטעןאפגעראכטן די ששת ימי המעשה דעריבער דעם פרייטאג צו נאכטס האב איך מיך אליין געמאכט א חשבון פון אלע מיינע מעשים וואס איך האב געטוהן א גאנצע וואך האב איך ליידער געזען אז דער חשבון איז זייער א ביטערער איך בין פיל געווארעןגעווארן מיט חרטה געפילן ביז דאס האט מיר ממש אנגערירט צום הארץ און האב געפילט ממש א טעם מות ל"ע איך האב געזען אז איך בין אין א סכנה דאס חיות פליט מיר ארויס רח"ל אבער קיינער איז נישט געווען אין הויז מיך צו קענען דערמינטערען .
 
איך האב נישט געקענט שרייען נאך הילף ווייל עס איז מיר אוועקגענומען געווארעןגעווארן דער כח הדיבור , האב איך מיך דערמאנט אז אויפ'ן טיש ליגט א פלעשל בראנפן וואס איז אנגעגרייט פאר קידוש פון מארגען בייטאג האב איך באשלאסען צו נעמען א ביסל און מיר ארויפגיסען א ביסל אויפ'ן פנים און אריין נעמען אביסל דערפין אין מויל זיך צו דערמינטערן . איך האב אבער נישט געהאט קיין כח צו צוגיין אפילו נאר ביז צום טיש, ביז איך בין געפאלן אויף אן המצאה און האב מיך א ווארף געטוהן אין די ריכטונג פון טיש און לויט ווי די דערציילסט איז דאס טאקע געווען דעם רבי'ן פון לובלינ'ס כח אז איך בין געפאלען ביז צום טיש און געקענט נעמען דעם בראנפען, ברוך השם אז דאס האט געהאלפן און צוביסלעך בין איך צו זיך געקומען , ביז אינדערפרי בין איך שוין געווען אינגאנצען געזונט און שטארק אז איך האב שוין געקענט גיין דאווענען אין בית המדרש דאס אלעס האט דער רבי פון לובלין געזען מיט זיינע הייליגע אויגן און טאקע אין זיין זכות בין איך ניצול געווארן !
 
דער מונקאטשער רב פלעגט אויספירן אויף דידער מעשה, אז אויב דער צדיק וועלכער האט אפגעפירט א גאנצע וואך מיט גרויס קדושה וטהרה , דאס האט ער געהאט אזא חרטה אז ער איז צוגעקומען דערפון ממש צו סכנת נפשות הלואי וואלטן מיר זוכה געווען צו אזא חרטה כאטש איינמאל א יאר, ערב יום הקדוש .
(דרכי חיים ושלום)
 
== דער צאנזער רב==
 
אין איינע פין זיינע באזיכעןבאזוכן ביי דעם צדיק האט אמאהל ר' ליבושלייבוש פון מטארניגראדטארניגראד ז"ל דערקענט אויף אים אז ער איז פארזארגט. פרעגנדיג די אורזאך דערפון, האט רבי משה מפשעווארסקפשעווארסקער זצ"ל אים דערציילט, אז פון ווען ער האט אין א גוטע שעה א שידוך געטוהן מיט זיין טאכטער, וויינט זיין פרוי טאג און נאכט, פארוואס ער זארגט נישט אפילו איר צו אויסשטאפירן. בעהט אים ר' ליבוש, ער זאל זאגן וויפיהלוויפיל ער דארף, רבי משה קען נישט קיין צורת מטבע און האט נישט קיין אנונג וואס דאס מיינט. רופט מען אריין זיין פרוי און לויט איר וואָרט, ציילט ר' ליבוש אפ דריי הונדערט רענדלעך. "דאס איז פאר דידער כלה" – קלאגט די פרוי – אבער וואס וועט זיין מיט די קלענערע טאכטער? זי איז דאך שוין אויך אין די יארן און טאג טעגליך קלאפן שדכנים אויף די טיר... ר' ליבוש טראכט נישט קיין סאך און ציילט אפ נאך דריי הונדערט רענדלעך. די פרוי מיט איר מאן רבי משה שטראלן פון פרייד און דער צדיק רופט אויס באגייסטערט: אין דעם זכות וואס דו האסט ליכטיג געמאכט אונזערע אויגן, זאל דער באשעפער דיר געבן א זוהן וועלכער וועט באלייכטן אלע וועלטן!
אין דעם זכות וואס דו האסט ליכטיג געמאכט אונזערע אויגן, זאל דער באשעפער דיר געבן א זוהן וועלכער וועט באלייכטן אלע וועלטן!
די ברכה פון צדיק איז פארווירקליכט געווארן און צום יאהר האט זיין פרוי, מרים, די טאכטער פון טארניגראדער רב זצ"ל, אן אייניקל פון חכם צבי זצוק"ל געבוירן דעם אינגל חיים, וואס איז אין יארן שפעטער געווען דער הייליגער [[חיים האלבערשטאם|צאנזער רב]] זצוק"ל זי"ע – בעל "דברי חיים" און מיט זיין תורה, עבודה וגמילות חסדים באלויכטן אלע וועלטן.