אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אליעזר גאלדמאן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 2:
 
==ביאגראפיע==
רבי אליעזר איז געבוירן תשכ"ז אין [[בני ברק]] צו זיין פאטער רבי יעקב לייב גאלדמאן, דער פריערדיגער זוועהילער רבי פון [[בני ברק]], א זון פון הרה"ק רבי מרדכי זוועהילער בעל הויקרא דמלכא, און צו זיין מוטער מרת צביה זלאטא, די טאכטער פון רבי משה ברעגמאן וועלכער פלעגט זייןבערגמאן, ראש ישיבת הרשב"י, און א שוועסטער פון רבי מאיר צבי ברעגמאןבערגמאן א מיטגליד פון [[מועצת גדולי התורה]] פון [[אגודת ישראל]].
 
ווען עד איז געקומען די צייט, האט ער געהייראט זיין ווייב מרת ציפורה, טאכטער פון רבי [[דוד טווערסקי]] דער [[סקווירא (הויף)|סקווערער]] רבי, און מרת חנה חיה, טאכטער פון הרה"ק [[משה יהושע האגער]] דער פריערדיגער [[וויזשניץ (הויף)|וויזשניצער]] רבי פון בני ברק. גלייך נאך זיין חתונה האט ער זיך אריבערגעצויגן אין [[שיכון סקווירא]] צו וואוינען נאנט צו זיין שווער. דורך די פארלויפענע יארן האט איהם זיין שווער דער סקווערער רבי ממנה געווען צו זיין דער "בעל תוקע" אין סקווערער בית מדרש יעדן ראש השנה, א אויפגאבע וועלכער אין סקווירא ווערט גערעכנט אלס גאר חשוב. יעדן טאג לערנט ער בחברותא צוזאמען אינאיינעם מיט רבי משה גרין, דער ראש ישיבה פון [[מאנסי]], וועלכער אפענטליך גרייט צו מיט דער הילף פון רבי אליעזר זיינע שיעורים וואס ער לערנט פאר אין זיין ישיבה. אין תשע"ז נאך דער פטירה פון זיין פעטער רבי [[שלמה גאלדמאן (זוועהיל-צאנז)|שלמה]] וואס האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין קינדער האט מען באקרוינט רבי אליעזר רבי און ממלא מקום פון זיין פעטער.