אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אוראלט גריכנלאנד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
צוגעלייגט א ביסל פון דער העברעאיש־וויקיפעדיע
שורה 1:
די געשיכטע פון '''אוראַלט גרינכלאַנד''' איז א תקופה פון דער [[גריכלאנד|גריכישער]] [[היסטאריע]] וואס האט זיך געצויגן ארום טויזנט יאר פון ביז ווען די רוימער האבן איינגענומען גריכנלאנד ביים קאמף פון קארינט אין יאר 146 פאר דער ציווילער רעכענונג.
 
די גריכישע קולטור צוזאמען מיט די רוימישע קולטור ווערן פאררעכנט אלס די גרונטן פון דער ציוויליזאציע פון דער [[מערב וועלט]].
 
די גריכישע קולטור איז נישט געווען באגרענעצט צום דרום טייל פון די [[באלקאן לענדער]], וואו מאדערנע [[גריכנלאנד]] געפינט זיך. די גריכן האבן איניציאירט א גרויסע קאלאניזאציע באוועגונג, וואס האט געברענגט א סך גריכן צו גרויסע טיילן פונעם מיטלענדישן ים. אחוץ די אינזלען פונעם [[אגאישער ים|אגאישן ים]] זענען אויך געווען גרויסע זידלונגען פון גריכן אין [[קליין אזיע]] צו מזרח און אין דרום טייל פונעם [[אפענינישן האלבאינזל]] און דעם מזרח זייט פון [[סיציליע]] אין מערב. די גריכן האבן זיך באזעצט אין אנדערע ערטער ווי למשל אויף די ברעגן פונעם [[שווארצער ים|שווארצן ים]].
 
 
 
[[קאַטעגאָריע:היסטאריע פון אייראפע]]
[[קאַטעגאָריע:גריכנלאנד]]
[[קאַטעגאָריע:גריכישע מיטאלאגיע]]