אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משיח"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל־אנווענדונג רעדאַקטירונג
שורה 29:
אבער דער [[מהר"ל מפראג|מהר"ל]] שרייבט, אז עס איז אוממעגליך פאר א מענטש צו דערגיין די צייט ווען משיח וועט קומען ביז ער וועט טאקע קומען. ער זאגט אז די אלע צייטן וואס חז"ל רעכענען אויס מיינט נישט אז דעמאלטס וועט ער קומען, נאר עס מיינט אז פאר דעם וועט ער זיכער נישט קומען, און בלויז פון דעמאלטס און ווייטער קען מען אים ערווארטן. אויך געבט ער צו פארשטיין אז דאס וואס עס שטייט אז די לעצטע צוויי טויזנט יאר, די 'אלף החמישי' און 'אלף השישי' וועלן זיין "ימות המשיח", דאס מיינט אז נאר אין די צוויי טויזנט יאר קען ער קומען און נישט פריער, און ימות המשיח מיינט - טעג וואס איז ראוי אז משיח זאל דעמאלטס קומען. אויב איז מען זוכה קען דאס זיין באלד אין אנהויב, און אויב נישט קען דאס זיין ממש ביים סוף אויך<ref>מהר"ל אין ספר נצח ישראל פרק מד און אויך פרק כז</ref>.
 
עס ווערט געברענגט, אז דאס וואס מען טרעפט אין פיל ספרים, [[ראשונים]], און [[אחרונים]], אז זיי האבן יא אויסגערעכענט דעם זמן וואס זיי האלטן אז עס וועט זיין ביאת המשיח, דאס איז נאר געווען אלס א תפלה און געבעט צום אייבערשטן אז ער זאל טון וואס ס'קומט אויס פון דער תורה אז עס איז שוין געקומען דער צייט פון משיח'ן, ווי צו זאגן "אבא, כך כתוב בתורה". מיט דעם איז אויך פארשטענדליך דער פאקט אז רוב פון די אלע צייטן וואס ווערט געברענגט אין די ספרים איז שוין פאריבער אן דעם וואס משיח זאל זיך באווייזן, און דאך פרעגט עס נישט אפ די אמונה אין ביאת המשיח, וויבאלד די אלע צייטן זענען געשריבן אלס געבעט און האפענונג. און מיר האפן אז יהי רצון אז די קומען פון משיח וועט זיין יעצט אמן סלה.
 
=== ווענדט זיך אין תשובה ===
שורה 49:
 
אין תורת ה[[קבלה]] און [[חסידות]] איז דער טעמע א טייל פון א גאר ברייטע ענין וואס איז מסביר די גאנצע ענין פון גלות און גאולה, טיילווייז איז דאס דער ענין פון "העלאת ניצוצין".
 
== משיח אין יעדן דור ==
ספרים שרייבן אז אין יעדן דור געפונט זיך א מענטש וואס איז באשטימט צו זיין דער משיח וועלכער וועט זיך באלד באווייזן אויב מען וועט תשובה טון אז דער דור וועט זיין אין א מצב פון "אחישנה". חז"ל דערציילן<ref>מדרש איכה פרק א'</ref> אז אין "[[תשעה באב]]", ממש אין די זעלבע צייט וואס דער בית המקדש האט געפלאקערט, איז משיח געבוירן געווארן, צו זיין גרייט צו קומען שוין באלד ביים אנהויב פונעם גלות.
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/משיח"