אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שפאניש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 16:
די שפאנישע שפראך האט זיך אנטוויקלט פון [[וואולגאר-לאטייניש]], וואס די [[רוימישע אימפעריע|רוימער]] האבן געברענגט צום [[איבערישער האלבאינזל|איבערישן האלבאינזל]] בשעת דער צווייטער פונישער מלחמה וואס האט אנגעהויבן אין יאר 210 פאר דער ציווילער רעכענונג. פאר דעם האט מען גערעדט אנדערע שפראכן וואס האבן נישט געהאט קיין שייכות מיט לאטיין—טייל אפילו אן קיין שייכות מיט אינדא-אייראפעאיש—אינעם איבערישן האלבאינזל. די שפראכן שליסן איין [[באסקיש]] (וואס מ׳רעדט ביזן היינטיקן טאג), [[איבעריש]], [[קעלטיבעריש]] און [[קעלטיש]].
 
די ערשטע דאקומענטן וואס ווייזן עפעס א שייכות מיט דער היינטיקער שפראך זענען פונעם 9טן יארהונדערט. דורכאויס דער [[מיטל אלטער]] און ביז צו דער מאדערנער תקופה, זענען די חשוב׳סטע השפעות אויף שפאניש געקומען פון די שכנותדיקע [[ראמאנישע שפראכן]]—[[נאווארא-אראגאנעזיש]], [[לעאנעזיש]], [[קאטאלאןקאטאלאניש]], [[פארטוגעזיש]], [[גאליסיש]], [[אקיטאן]], און שפעטער, [[פראנצויזיש]] און [[איטאליעניש]]. שפאניש האט אויך געבארגט א היבשע צאל ווערטער פון [[אראביש]].
 
== לאדינא ==
די שפראך [[לאדינא]] וואס ספרדישע יידן רעדן וואס שטאמען פון שפאניע איז טאקע קאסטיליש מיט אריינגעמישט לשון־קודש, און ווערט געשריבן אויף לשון-קודש אותיות, אזוי ווי יידיש.