אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מענסטרואציע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
מאין תקציר עריכה
שורה 4:
 
== אבנארמאלע מענסטרואציע ==
אן אבנארמאלע מענסטרועל היסטאריע איז א סימן פון אוויולעישן פראבלעמען. ווען א מיידל'ס פיריאדס פאנגען זיך אן (''וואס דאס איז געווענליך ביי די צוועלעף יאר)'', זענען זיי נאטורליך זייער אומרעגולער. אבער ביז'ן עלטער פון פופצן – זעכצן יאר דארפן זיי שוין סטאביליזירט און אנקומען בערך יעדע 28 טעג, דויערן פיר ביז פינף טעג, געווענטליך זיין געדיכטער דעם ערשטן אדער צווייטן טאג און ווערן ווייניגער און ווייניגער ביז ס'ווערט נאר אביסל פלעקן דעם לעצטן טאג.
 
מענסטרואציע איז א פונקטליכע הארמאן זייגער וואס רעגולירט די אנטוויקלונג פונעם פאליקל, ארויספלוס פון עסטראגען, אויפבוי פון א דיקע ליינינג אינעם יוטערעס פאר אוויולעישן, דער ארויסגוס פון גרויסע קוואנטומען פון קלארע סערוויקל מיוקוס, דער LH פלייץ וואס רייצט אן אוויולעישן און דער טויש צו א ווייכע ליינינג אינעם יוטערעס נאך אוויולעישן ווען דער אויפגעריסענער פאליקל הייבט אן צו פאבריצירן פראדשעסטעראן. אויב דער קאמפליצירטער אויסגערעכענטער זייגער פון הארמאן געשעענישן שטימט נישט, קענען די פיריאדס זיין אומרעגולער. אין א פרוי וואס איז פערטיל, ברענגט דער נארמאלער אויפבוי פון א פעסטע דיקע ליינינג אין יוטערעס, נאכגעפאלגט דורך א ווייכע ליינינג אין צווייטן העלפט חודש, א רעגולערע און גלייכע פלוס פון מענסטרועל בלוט. דער יוטערעס האט א פרישער אנפאנג מיט יעדן נייע סייקל. אבער אויב ס'איז נישטא קיין אוויולעישן, בויט זיך דער יוטערעס אויף אומרעגולער און בלוטיגונג איז אויך אומרעגולער.
שורה 13:
 
== וסת אין הלכה ==
לויט דער תורה, א פרוי פון ווען עס הייבט אן איר מענסטרואציע ביז נאך זי טובל'ט זיך אין א כשר'ער [[מקווה|מקוה]] ווערטאיז זי א [[נידה|נדה]]. למעשה האבן די חכמים מתקן געווען אז זי טוט זיך נישט טובל'ן ביז נאך די שבעה נקיים, וואס דאס איז, זיבן ריינע טעג אן א מראה פון בלוט. ווען א מאן האט [[תשמיש]] מיט איר בשעת זי איז א נידה זענען זיי ביידע עובר אן איסור [[כרת]]. אויך איז זי דעמאלסט [[טומאה|טמא]], וואס אין אמאליקעאמאליגע צייטן האט געהאט פארשידענע קאנסעקווענצן. לויטן שולחן ערוך, ווען א געהייראעטע פרוי איז א נידה, דארף זי פירן מיט איר מאן געוויסע הרחקות (דערווייטערונגען).
 
== פראבלעמען וואס קענען פירן צו אומ'סדר אין די מענסטרואציע ==
* [[פאליציסטישע אייערשטק-סינדראם|פאליציסטישעפאליסיסטישע אייערשטאק-סינדראם]]
* [[דרוק (פסיכאלאגיע)|דרוק]]