אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ניו זשערסי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
היסטאריע אפטייל אריבערגעפירט צו סקווירא (הויף)
שורה 10:
 
דער גובערנאטאר פון ניו זשערסי איז [[קריס קריסטי]].
 
==היסטאריע==
[[טשארלס דער צווייטער]] האט געגעבן זיין ברודער, דער הערצאג פון יארק (שפעטער געווארן דער מלך [[דזשיימס דער צווייטער]]) דעם געגנט צווישן ניי ענגלאנד און [[מערילאנד]] פאר א פערזענלעכע קאלאניע. דזשיימס האט אוועקגעביין דעם טייל לאנד צווישן דעם [[האדסאן טייך]] און דעם [[טייך דעלאווער]] (וואס איז שפעטער געווארן ניו דזשערסי) צו צוויי פריינט וואס זענען געבליבן געטריי ביי דער ענגלישער ציווילער מלחמה: סיר דזשארדזש קארטערעט און לארד בארקלי פון סטראטאן. דעם שטח האט מען גערופן דעם פראווינץ פון ניו דזשערסי.
 
פון זיין אנהייב האט דער שטאַט געהאט אן עטנישע און רעליגיעזע פארשידנקייט. אום 18טן מערץ 1673 האט בארקלי פארקויפט זיין העלפט פון דער קאלאניע צו [[קוועקער]]ס אין ענגלאנד, וואס האבן באזעצט דעם דעלאווער טאל ווי א קוועקער קאלאניע.