אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פאליסיסטיק אווערי סינדראם"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''פאליציסטישע אייערשטקאייערשטאק-סינדראם''' (PCOS) איז א פראבלעם אין וואס א פרוי'ס [[הארמאנען]] זענען ארויס פון באלאנס, דעריבער קען דאס שאפן א אומ'סדר פאר די [[מענסטרואציע]] פעריאדן און שאפן שוועריגקייטן צו ווערן [[טראגעדיג]].
 
ס'איז נישט פולשטענדיג קלאר פארוואס פרויען מיט פאליציסטישע אייערשטקאייערשטאק-סינדראם זענען אויסגעשטעלט צו ליידן פון נאכאנאנדיגע פריע [[פרעגענענסי פארלוסט]]. איין טעאריע שלאגט פאר אז די ענווייראמענט פונעם [[איי]] ווערט איינגעשטעלט דורך דער פראדוקציע פון מענערישע הארמאנען אין דידעם [[אייערשטאק]] וואס איז גורם אז די אייער זאלן דורכמאכן א treisure אדער poptocys .אין פאליציסטישן אייערשטקאייערשטאק-סינדראם מיט אן איבערפלוס פון מענערישע [[הארמאנען]], קען מעגליך זיין שאדן פאר די DNA פון די [[איי]], אדער פאר די מעגליכקייט פון די איי אויסצושטעלן די קראמאסאומס אויף א נארמאלן אופן. דער וועג צו פארמינערן די מענערישע הארמאן פראדוקציע איז מיט [[מעטפארמין]] טעראפיע, אדער אין ערנסטערע פעלער מיט [[קלאמיד]].
 
== וויאזוי ווערט פאליציסטישע אייערשטקאייערשטאק-סינדראם דיאגנאזירט? ==
בדרך כלל איז PCOS נישט אזוי באהאלטן. פרויען וועלן האבן אביסל איבריגע האר, זיי וועלן האבן איבריגע וואג, און אומרעגולערע [[מענסטרואציע|מענסטרואציע פעריאדן]], וואס איז נישט אזוי שווער צו דיאגנאזירן. צומאל איז דאס נישט אזוי גרינג פעסטצושטעלן ווייל די פרויען בלייבן דאר, און אין אזעלכע פעלער דארף דער דאקטאר מאכן אן [[אלטרעסאונד]] פון די אווערי און מעסטן די שטאפלען פון [[אינסולין]] און [[טעסטעראן]]. אבער ס'איז פארהעלטענסמעסיג גרינג צו דיאגנאזירן, און אויב ס'איז פארהאן באווייזן פון PCOS ,וועט [[מעטפארמין]] דראמאטיש פארבעסערן, ביז דרייפאכיג, די לעבעדיגע געבורט ראטע. ווילאנג מ'איז אויף [[מעטפארמין]] לעזט עס דעם פראבלעם, אבער ווי נאר מ'גייט אראפ דערפון קומען די סימפטאמען צוריק.
 
אויב די פרוי איז נישט אינטערעסירט צו האבן קינדער, איז ענדערש רעקאמענדירט אגרעסיווע איבונגען, אנהאלטן אן אידעאלע קערפערליכע וואג, און געבורט קאנטראל פילן. אויב זי וויל ווערן שוואנגער מוז זי זיין אויף [[מעטפארמין]]. זי זאל אויך מאכן איבונגען און זיך האלטן דאר. מענאפויזע איז די ענדגילטיגע רפואה. ס'זענען דא געוויסע פרויען וועלכע קענען קאנטראלירן זייער פאליציסטישע אייערשטקאייערשטאק-סינדראם דורך אנהאלטן זייער וואג מיט א שטרענגע דיעטע און שטארקע איבונגען. די פרויען מוזן נישט נעמען קיין מעדיצין.
 
== זעט אויך ==