אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ציוניזם"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Removing Link GA template (handled by wikidata)
אין תקציר עריכה
שורה 2:
'''ציוניזם''' ('''ציונות''' אין העברעאיש), פון נאמען "ציון", איז אן אידיאלאגיע וואס האלט אז אידן אין מאדערנע צייטן זאלן זיך אומקערן צו דאס היסטארישע לאנד פון די אידן, [[ארץ ישראל]].
 
ציונות איז צושטאנד געקומען אין די ענדע [[19טע י"ה]] אלץמיט'ן אאנגעבליכן ציל, צו דינען אלס לייזונג אנטקעגן די ביטערע [[אנטיסעמיטיזם]] וואס אידן האבן געליטן איבער די וועלט, הויפטזעכליך אין [[מזרח אייראפע]]. אין יאר [[ה'תרס"ג]] האט [[בנימין זאב הערצל|טעאדאר הערצל]] געשריבן זיין בוך ''דער יודענ-שטאט'', אין וועלכע ער לייגט פאר זיין חלום פאר'ן א אידישע לאנד מיט א פארגעשריטענע [[קולטור]], זיך צו פארגלייכן צו די [[וועסטליכער קולטור|צענטערס קולטור]] פון [[מערב אייראפע]].
 
די ערשטע פארטרעגער פון ציונות האבן נישט אלע געצילט אויף דער היסטארישער לאנד ארץ ישראל. עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן געהאלטן אז עס וועט זיין גרינגער און פראקטישער צו גרינדן א לאנד אין שטחים פון [[אפריקע]] אדער [[דרום אמעריקע]] (אין לאנד [[אוגאנדע]]). מיט די צייט איז אבער געווארן אנגעשלאסן אין דער אידעע פון ציונות א שטארק [[רעליגיעזע]]ר עלעמענט, געטריבן דורך די אור אלטע אידישע בענקשאפט צו ציון. די פירערשאפט פון די ניי-געבוירענער שוועבונג האט איינגעזעהן אז נאר מיט'ן באטיילונג פון די רעליגיעזע ציונים וועט די שוועבונג האבן א קיום און א מעגליכקייט צושטאנד צוקומען, און דער פלאן פון בויען א לאנד ערגעץ אין אפריקע אדער דרום אמעריקע איז בטל געווארן.
 
רוב [[פרומע|חרד'ישע]] [[ייד|אידן]] אין [[פוילן]], [[אונגערן]], און [[רוסלאנד]] זענען אין אלגעמיין געווען שטארק דערגעגן דער געדאנק פון ציונות. הויפטזעכליך אין דער התנגדות געווען צוליב זייער מיינונג אז די [[תורה]] ערלויבט נישט איינצונעמען [[ארץ ישראל]] פאר ביאת ה[[משיח]]. אויך איז דער [[סעקולערער]] גייסט פון דעם שטרעמונג זיי געווען שטארק דערווידערדיג. די [[אגודת ישראל]] ארגאניזאציע אין פוילן, ר' [[שמשון רפאל הירש]] ז"ל אין [[דייטשלאנד]], און דער [[מונקאטשער רב]], רבי [[חיים אלעזר שפירא]] דער בעל מנחת אלעזר, און דער סאטמארער רב, רבי ר' [[יואל טייטלבוים]] בעל [[ויואל משה]], אין אונגערן האבן אפילע טיילארטאדאקסישע רבנים שטארק געקעמפט קעגן ציונות.
 
דאס טרוים פון ציונות איז צושטאנד געקומען [[ה' אייר]] [[ה'תש"ח]], מיט'ן גרינדונג פון [[מדינת ישראל]].